אברהם װיגאדני / די ערשטע עליה פװ כמיעלניקער (תל־אביב) דאס איז געװען אין יאר 1920. א גרופע חברים פון ״השומר״ אין כמיעלניק האבן זיך אין א געװיםן שבת פארזאמלט אויף די םקאלעם נעבן די זשרודלעם׳ נאך א מארש פון עטלעכע קילאמעטער. אויף אט דער אםפה האט אונדזער ראש־הגדוד ױדל פײנגאלד און זײן סגן אברהם פינטשעװםקי צו אונדז גערעדט מיט באגײסטערונג װעגן ארץ־ישראל׳ אונדזער אלט פאטערלאנד׳ װו עם װערט געבויט א נײ לעבן און א צוקונפט פארן פאלק. נאכן אפזינגען ״תחזקנה״ און ״התקוה״ האט א קלײנע גרופע׳ צװישן זײ : משה םאמבורסקי׳ חנוך אפעלבוים׳ הארש־אלי פעלמאן׳ מרדכי גערטנער און איך יזיך אפגעזונ־ דערט אויף א פארטרוילעכן שמועם. נאך א קורצער באראטונג האבן מיר באשלאםן עולה צו זיץ קײן ארץ ישראל. מיר האבן זיך געגעבן די הענט׳ אז טראץ אלע שטערונגען מצד אונדזערע עלטערן און אנדערע שװעריקײטן מוזן מיר אונדזער ציל פארװירקלעכן. חנוך אפלבוים האט דאמאלםט געדינט אין דער פוילישער ארמײ. מיר האבן מיט אים באשטימט זיך צו טרעפן אויף א געװיסן פונקט בײ דער גרענעץ.
מיר האבן באלד אגגעהויבן מאכן אלע צוגרײטונגען צו דער עליה׳ אוגדזערע עלטערן האבן נישט געװאלט הערן דערפון און געפרװוט מיט פארשידענע מיטלען אונדז אפצורעדן פון דעם באשלוס. מײן פאטער׳ משה שלאכטשיץ װי מען האט אים גערופן׳ האט צו מיר געטענהט : ״הײתכן װי לאזטו מיך׳ מײן אײנציקער קדיש ?״ די גרופע האט זיך געטראפן װאם אפטער אויף שפאצירן אינעם װעלדל בײ דער ״נאפטשארניע״ און מיט ױגנטלעכן ברען גערעדט װעגן אונדזער צוקונפטיק לעבן אין ארץ־ישראל. אלע אונדזערע פאמיליעם האבן זיך קעגגגעשטעלט אונדזער עליה. עס איז פאר זײ ממש געװעזן א טראגעדיע צו שיקן יונגע קינדער אין אזא װײטן װעג. בײ געװיםע עלטערן איז עם געװעזן ממש תשעה־באב. אונדזער ראש הקן אברהם פינ־ טשעװםקי האט אונדז געטרײסט און צוגעגעבן מוט. מיר האבן אנגעגרײט געלט־מיטלען. צום םוף האבן מיר בלית־ברירה באקומען די צושטימונג פון די עלטערן און מיר האבן זיך געלאזט אין װעג אריץ. איך און הארש־אלי פעלמאן זענען געפארן דורך יענדזשעיאװ. אין דער צײט האבן שוין משה סאמבורםקי׳ מאטל גערטנער און חנוך אפלבוים געװארט אויף אוגדז בײ דער דײטשער גרענעץ נעבן קאטאװיץ.
פון יענדזשעיאװ זענען מיר געפארן קײן םאםנאװיעץ. מיר האבן זיך דארט אנגעטראפן אויף פיל ױגינטלעכע׳ װאס זענען אװעק פון פוילישן מיליטער, געװארפן דאס געװער׳ צוליב דעם .אנטיסעמיטיזם װאם האט דארט געהערשט און מחמת דער דערנידערונג פון מענטש און ייד׳ װאס זײ איז אויסגע־ קומען דארט אויסצושטײן. אין םאםנאװיעץ האבן מיר געטראפן נאך א גרופע כמיעל־ גיקער װאם האבן זיך געגרײט אויפן זעלבן װעג. צװישן זײ זענען געװעזן: צדוק קאנערצוקער׳ לײביש עהרנרײך׳ ױםף זילבערבערג׳ מרדכי פינטשעװםקי און אברהם לעמבערג. זײ אלע האבן געװוםט׳ אז בײם אריבערגײן די גרענעץ קאן מען גרינג ארײנפאלן אין די הענט פון דער מאכט. דאס האט אבער קײנעם נישט אפגעשראקן. מיר זענען אריבער די גרענעץ און זיך געטראפן מיט אונדזערע חברים. די פרײד איז געװעזן גרוים. צו אונדזער גרופע אין אויך צוגעשטאנען לײזער זריצקי. בײם אריבערגײן די גרענעץ זענען מיר געװעזן פארטײלט אין צװײ גרופן. מיר האבן באלד געזוכט באשעפטיקונג׳ בכדי צו קאנען װי אמשגעלסטן פארזעצן דעם װעג. עס האט זיך דארט געפונען א פארשטײער פון ״השומר״ װעלכער האט געזארגט אויפן װעג קײן ארץ־ישראל — 1920 עס זיצן פןן רעכטס : משה סאמבורםקי׳ חנוך (העינאח אסלבױם׳ אברהם װיגאדני׳ עס שטײען פון רעכסיז ; הערש־אלי פעלמאן׳ מאטל גערטנער