Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 502
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-808

1003 פנקם כמיעלניק 1004 מיר ארײנבאקומען א 30 פראצענט און דאם אדאנק די דעמאלטדיקע קריגערײען צװישן די רעכטע און לינקע מיט־ גלידער. די לינקע האבן זיך אנגעשלאםן צום לאדזשער ברענטש פון אינטערנאציאנאלן ארדן. פון די רעכטע האבן זין־ אביסל אנגעשלאםן אין דער כמיעלגיקער םאסײטי און די איבעריקע האבן זיך פארײניקט מיט א צװײטן ארבעטער רינג־ברענטש. עם זענען אויך געקומען א 3 פראצענט כמיעל־ ניקער װאם זענען געװען אנגעשלאסן אין די נײשטעטער, סטאפניצער, פינטשעװער׳ פאטשענעװער ארגאגיזאציעם. איך האב באמערקט אז געװיסע לאנדסלײט זענען נאך מיט זיך נישט זיכער צי זײ זאלן באלאנגען דא צי דארט, װו זײ האבן באלאנגט ביז איצט, האב איך צוגעטראכט אזא מין סלאגאן אויף אונדזערע ברױו און קארטלעך, װאס זענען ארויםגעשיקט געװארן צו אלע אוגדזערע מיטגלידער : ״איר מעגט באלאנגען װו איר װילט, אבער צו אײער געבוירן־שטאט כמיננלניק מוזט איר באלאנגעןד.

passage_9f99a84a7d16fe1d70f01867
Passage 2normalized OCR · source chars 810-1311

איך האב אויך צוגעטראכט א לאנדםמאנשאפטס־סימבאל װאם זאל באצײכענען אוגדזער שטעטל. א בײמל הופיקעם איז געשטאנען צװישן די לארן־זאנגען אויף דעם פעלד־בארג בײם ארויפגאגג צו דער גארבארניע פון בלינדן אײזיק — דוד קריקע. פון אט דעם בײמל פלעג איך יעדן ערב־םוכות ארונטערקלויבן די שײנע רויטע הופיקעם צו באצירן אונדזער סוכה. איך האב געמאכט א צײכענונג פון דעם בײמל הופיקעס און אונטער אים געצײכנט א לייב, װאם באװאכט דעם בוים. קײנער זאל אים נישט קענען צעשטערן... אזוי באשײנט אט דער עמבלעם שוין 30 יאר אונדזער ארגאניזאציע.

passage_26dd58a3978bc179f6ba9b38
Passage 3normalized OCR · source chars 1313-2454

אונדזער ערשטן יערלעכן ױבילעאום האבן מיר באשלאםן צו פײערן מיט א באנקעט און באל און צו דרוקן א זכרונות־ זשורנאל אין װעלכן אונדזערע מיטגלידער װעלן קענען ברענ־ גען זײערע באגריסוגגען מיט בילדער, און רעזערװירן א פלאץ פאר געשעפטם־רעקלאמעס. דאם װאלט געקענט ארײנברענגען א הכגםה פון א 2 טויזנט דאלער. מחמת דער שװערער קריזיפ־ צײט, איז באשלאםן געװארן צו געבן די מעגלעכקײט אויס־ צוצאלן אין ראטעס. איך האב אויםגעקליבן אן אראנזשיר־ קאמיטעט פון 34 מיטגלידער און עס איז אויך געשיקט געװארן א דעלעגאציע נאך טאראנטא — קאנאדע, צו אונדזער שװעס־ טער־ארגאניזאציע, די ״היברו סיק״ און ״בענעפיט םאסײטיי׳ אין באשטאנד פון משה לײזער מיגץ, חײם שגיצער׳ ױדל נײפעלד, פיליפ לײמאן, ױםף לעמעשגיק און ירמיה אדלער. אן אויטאמאביל, געטריבן פון אײגענע שאפערס — פיליפ לײמאן האט געטריבן די קאר בײטאג און ױסף לעמעשניק בײנאכט —זענען מיר נאך 2 טעג פארן אנגעקומען קײן טאראנ־ טא. אונדזערע לאנדסלײט האבן שוין אונדז אפגעװארט און אונדז פײן אויפגענומען. אויף א םפעציעלער פארזאמלונג פון אלע מיטגלידער האבן מיר איבערגעגעבן אונדזער אײגלאדונג צו אונדזער גרויסן יובילעאום־יום טוב, װאס װעט געפײערט װערן שבת דעם 10־טן יאנואר 1931, אין דעם גרויםן בעט־ האװען־האל אין צ־טער גאס אין נױ־יארק און פארגעשלאגן

passage_11877ded79f3d6ec2dec2ef2
Passage 4normalized OCR · source chars 2456-2999

צו באטײליקן זיך אין ארויסגעבן דעם זשורנאל. די טאראנטער לאנדסלײט האבן זיך װארעם אפגערופן און אדאנק אונדזער טײערן גוטן פרײגט הארצקע קארנבלום ע״ה האבן מיר אריעבאקומען א היפשע צאל אנאנםן פארן זשורנאל. מיר האבן גאך פארבראכט עטלעכע טעג. די טאראנטער לאנדםלײט האבן אײגגעארדגט א געזעגנונגם־אװנט מיט א ביםל משקה און מיר האבן הארציק זיך מיט אלעמען געזעגנט. פיל פון די לאנדסלײט האבן אונדז פארשפראכן צו קומען צו אונדזער באנקעט. אויפן װעג צוריק אהײם האבן מיר צוזאמענגעשטעלט די נײע אדמיניםטראציע, װאס זאל זײן פעאיק איבערצוגעמען די פירערשאפט אויפן צוױיטן יאר.

passage_e1cc03ab95642a231aa2802c
Passage 5normalized OCR · source chars 3001-4069

פאר פרעזידעגט האבן מיר געװאלט האבן ױםף לעמעשניק ע״ד״ א גוטער געשעפטם־מאן. זײן פאטער האט מעז איז כמיעלניק גערופן װאלף פאקער — װאלף װארשעװער. פאר וױים־פרעזידענט — ײדל נײםעלד ע״ד״ פאר קאםירער — חײם שניצער. פאר פינאנץ־סעלרעטאר — דוד עװענס ע״ה. איך מוז זיך דא אפשטעלן און זאגן א פאר װערטער װעגן דעם נישט־לאנג פארשטארבענעם גוטן פרײנט דוד עװענס ע״ד״ װאס איז פון אוגדז אװעקגעריםן געװארן אין זײנע בעסטע יארן אינמיטן פון זײן געזעלשאפטלעכער טעטיקײט לטובת די צװײ ארגאניזאציעם — דער כמיעלניקער סאםײטי און דער כמיעלניקער הילפם־ארגאניזאציע. ער איז גישט געװען געבוירן אין אונדזער כמיעלניק, נאר אין כמיעלניק־פאדאלסק, אבער ער איז געװען אן אײדעם פון אונדזער כמיעלניק. זײן פרוי רחל, װאם איז אזוי ױנג געװארן אן אלמנה איז א טאכטער פון הירשל דזשארע ע״ה. דוד עװענס ע״ה איז הויך אפגעשאצט געװארן פאר זײן איבערגעגעבנקײט און גוטער ארבעט• כבוד זײן אנדענק ! אלס פראטאקאל־סעקרעטאר איז נאמינירט געװארן הערש לײב ציממערמאן ע״ד״ און איך אלס טשערמאן פון דעם גײעם בית־החײם• די גאנצע אדמיניסטראציע םארן יאר 1931 איז דערװײלט געװארן און מיר האבן באשלאסן. אז דאם אײנשװערן זאל פארקומען אין דער נאכט פון באנקעט•

passage_94df9493f5d6d1164aefb768
Passage 6normalized OCR · source chars 4071-4888

די טאראנטער לאנדסלײט האבן געהאלטן װארט. 10 מענטשן זענען געקומעז צום באנקעט מיט הארצקע קארנבלום ע״ה בראש. אונדזער ארענזשמענט קאמיטי האט שװער געארבעט בײם גרײטן דעם באנקעט מיט דעם סוװניר־זשורגאל. מיט אײן װארט — אונדזער ױבילעאום איז געװען א גרויםער דערפאלג. אלע ײדישע צײטונגען האבן געשריבן װעגן אונדזער גרויסן ױם טוב. מיר האבן געהאט באשטעלט מאלצײטן פאר סס2 מענטשן אבער אין לעצטן מאמענט האבן מיר געמוזט אויף שנעל פארדאפלען די צאל. אלע זענען געװען גליקלעך און צופרידן פון דער געלעגנהײט צוזאמענצוטרעפן זיך מיט כמיעלניקער לאגדסלײט. מיר האבן געהאט 2 גרויםע זאלן אין דעם שײנעם בעטהאװען־האל, אײנער איז געװען אויסן אונ־ טערשטן שטאק, װו דער עולם איז זיך צוזאמעגגעקומען און מען האט געקענט טרינקען א לחײם און עסעם סארבײםן. אויסן אויבערשטן שטאק איז געװען דער גרויסער זאל אױסגעשטעלט מיט געדעקטע טישן, יעדער םאר 10 פערזאן און א גרויםער

passage_3b92ed5fa3c52f58e5eb373f