Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 513
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-42

1025 דער קאנטאקט מיט דער אלטער חיים 1026

passage_a1ab66bfed5aee353d738f94
Passage 2normalized OCR · source chars 44-1648

שטעטל װי כמיעלניק, פארגינען. איר װעט אײך פרעגן, װער מאכט דאם אלץ און װו האט איר צו דעם די נויטיקע קרעפטן? איז דער תירוץ : במקום שאין איש — איז הערינג אויך פיש. אבער װי זאגט דער ענגלעגדער ! אין ע קאונטרי אף בלינדפעיפל, דזע אאן אײ מען איז קיגג. אײער ״דעלעגאט״ ה׳ פסח זילבערבערג איז געװען בײ אונדז אויף מײנם א לעקטשור װעגן ״אבסקי און זײן שאפונג״ מיט א קאמעד טירונג פון זײן ״דיבוק״ (צװישן צװײ װעלטן). א פראפא, אז מ־רעדס• טאקע װעגן אײער דעלעגאט, מוז איך אײן צוגעבן, אז אויב ״לויטן מוסטער זאל אויך זײן די םחורה״, האט איר גאנץ קנאפע םחורה דארט אין אמעריקע... ער האט מין געמאנט פאר אויס מיטגליד אינעם רעליעף־קאמיטעט. כ׳װײם נישט פארװאם נאר לאמיר מקבל זײן באהבה : ד גתן ד׳ לקח. אמעריקע האט מיך געמאכט אן מײן װיםן א,ץ די זעלבע אמעריקע האט מיך טאקע אויםגעמאכט אויך אן מײן װיםן. א ברירה האב איך ? מן הםתם האט אזוי באדארפט זײן. ער האט מיר אפילו א שטארקע טובה געטאן און האט מיך אויפגענומען אויף אן ״אוידיענץ״ און מיר דערקלערט... דו װײסט עפעם װאם ? אזױ װײם איך אויך.! ער האט מיר געזאלט געבן אן עקסטרא ״אוידיענץ׳/ כדי צו שמועםן א ביסל װעגן ״אונדזער פרײבד דעוױם׳/ װי ער האט זיך אױםגעדריקט (ער האט דאס געמײנט דיך, מאקס), נאר ער האט משמעות פארגעסן די צײט און איז אין באשטימטן טערמין נישט געװען אין דער הײם — אײן מאל און נאך אמאל. משמעות, אז טײם איז מאני גילט נישט פאר קיײ פוילישן. יא, כ׳האב פארגעסן, אז זײענדיק אויף מײן לעקטשװ/ האט ער מיר געזאגט, אז ער האט געלעזן מײבם א באריכט טאקע װעגן רעליעף־קאמיטע. איז עם אמת ? אויב כ׳האב קײן טעות גישט, איז עם געװען א פרױואטער און פארטרוילעכער בריװ. צי זענט איר אזעלכע נאענטע פרײנט ? קלער מיר אויף דעם ענין י אויב דו װילםט װיסן װעגן רעליעףיקאמיטע, שרײב מיר, װעל איך דיר מיטטײלן װאם איך

passage_0313b6d1b59008c8a5bc9669
Passage 3normalized OCR · source chars 1649-2751

װעל נאר זײן ביכולת. הויפטזאכלעך, זײט נישט קײן עצלים אויף דער פעדער און םארשאפט אײער פרײנט אין דעם עמק הבכא דא דאם פארגעניגן פון שרײבן א כרױו, אויב איר קענט נישט קײן אנדערס איס פארשאפן. כ׳ענדיק מײן ברױו קושענדיק אײך און גריסנדיק הערצלעך. אײער איבערגעגעבענער אברהס .3 כמיעלביק, ר מערץ, 1921 ליבער און טײערער מאקם ! מיר, דאס הײסט די צױניםטן פון שטאט, האבן זיך די פאריקע װאך געװאבדן צום כמיעלניקער רעליעף קאמיטעט נאך שטיצע אויף קולטורעלע צװעקן װאס מיר נויטיקן זיך זײער, װײל מיר זענען דא לויטער קבצנים. איך בעט דיך אויף װיפל דו קענסט, אז זאלסט אונטערשטיצן די בקשה אוגדזערע. מיר פארלאנגען נישט קײן שטיצע אויף צױניסטישע צװעקן באר אויף דער ביבליאטעק, קורסן, שולע און אזוי װי מיר קעבען זיך דאך גישט װענדן פאר דעם צװעק צו די גערער אדער ראדאמסקער חםידים און אפילו נישט צו אײער רעליעף־־קאמיטעם הי, װאם אײער ״דעלעגאט״ ה׳ פםח זילבערבערג האט אזוי ״געלוגגען״ אװעקגעשטעלט... װײל זײ האלטן ינישט פון אזעלכע ״נארישקײטן״ אונטערשטיצן אן אינסטיטוציע, װו ם׳קומען זיך צוזאמען ױנגען מיט מײדן, װאם ם׳ברענגט כידוע ארויס פארשידענע קרעבק און צרות ר״ל. אויב דו געדעבקםט נאך כאטש עפעס פון ״ליבן כמיעלניק׳/ װעםטו אלץ אלײן פארשטײן.

passage_70a15ae56397f84623dbfa29
Passage 4normalized OCR · source chars 2753-3936

ס׳װעט גענוג זײן אז כ׳װעל דיר זאגן, אז 500 פערזאן לעזן פון א ביבליאטעק װאם אנטהאלט קוים סס6 —ססד ביכלעך♦ קענסט דיר שוין אנמשלען װי דאם זעט אויס און פון װאנען צו נעמען האבן מיר נישט. דו םארשטײםט דאך אלײן אז בײ דער אלטער געגעראציע איז דאס אלץ טריפה װי חזיר און די ױנגע גענעראציע װידער געהערט .נישט צו די רײכע... איך בעט דיך דעריבער זאלסט דעם ענין אונטערשטיצן. דו דארפסט דאךױא געדענקען מיט םארא מי און מאטערגיש מיר ריאבן געװאלט גרינדן א ביבליאטעק פארצײטנס. און אז ם׳איז שוין דא אזעלכע, לאזט זי גישט פאלן ! דאס זעלבע איז מיט דער שולע, דעם לײכן די פאךקורסן. א גרויסע צאל ױנגעלײט (באים) פון סקויטינג לערנען זיך פארשידענע מלאכות װי סטאלערײ, שלאסערײ אאז״װ, גרײטנדיק זיך צו עמיגרירן, נאר לײדער זענען נישטא קײן נויטיקע אינסטרומענטן. מוזן זײ דעריבער ארבעטן בײ פריװאטע האנטװערקער, װעלכע נוצן זײ אוים װי דער דין איז... דעריבער איז ,גויטיק א געװיסער קאפיטאל אויף דעם. װען מ׳האט זיך געװאנדן װעגן דעם צום היגן ״דזשאינט״ האט מען געענטפערט, אז ס׳מאכט נישט אויס, מ׳האט זיך פארצײטגם אויך אזוי געלערנט און ם׳איז גאנץ גוט געװען. דער כמיעלניקער רעליעף װידער האט מן הסתם אויך נישט קײן געלט פאר אזעלכע ״נארישקײטך/ טו־זשע דעריבער אלץ װאם דו קענםט. ערװארטנדיק דײן ענטםער, פארבלײב איך דיך קושענדיק ...דײן אברהם

passage_a79ce72d4537be619d3c31dd
Passage 5normalized OCR · source chars 3938-4735

אפעלן פון כמיעלניק נאף דעם ערשטן װעלטקריג אגודת ״צױן״ בחמילניק פלך קילצי חמלגיק, י״ט אדר א׳ ה.תרפ״א צום כמיעלניקער רעליעף־קאמיטעט אין גױ־יארק אויף דער האנט פון ה׳ מאקם זריצקי זײער געערטע הערן לאנדסלײט ו דער דוחק און דלות בײ אוגדז צװיגגט אונדז זיך צו װענדן צו אײך מיט דער יעצטיקער בקשה : אםך פון אײך געדענקען נאך מן הסתם די צײט, װען די אײנציקע שטרעבונגען פון דער בעסערער טײל פון דער ױגגט זענען געװען דער װילן צו שאפן בײ אונדז אין שטאט אװעלכע ס׳זאל נישט זײן געזעלשאפטלעכע קולטורעלע אינסטיטוציע, װאם זאל זײן ביכולת אויפצוהויבן דעם קולטורעלן מצב פון די אײגװויגער הי. אלע פראבן אונדזערע ריאבן זיך קײנמאל אבעי ליידער נישט אײנגעגעבן, טראץ אונדזער מי און ארבעט. די פרױואטע איניציאטױו, װעלכע האט פון צײט צו צײט עטװאס אונטערגענומען צוליבן געשעפט האט אוגדז בײ קײן פאל נישט געקאנט צופרידגשטעלן, װײל יעגע

passage_7e1a61e4d5b2ba04c25995e2
Passage 6normalized OCR · source chars 4737-5245

דיאבן, יאגנדיק גאכן חױת, איגנארירט אלץ װאס -ניצלעך און גומ איז און באפארצוגט דאס װאם פארשאפט זײ גרעםערע פארדינםטן. מיר האבן ענדלעך אין 1917 יאר צוזאמענגענומען אלע אונדזערע כוחות כדי אזא אינסטיטוציע בײ אונדז צו שאפן. דער פועל ױצא איז געװען דאם גרינדן א ביבליאטעק מיט א קולטורעלן פארײן װעלכע האט זיך געשטעלט דעם ציל אויסצובילדן דעם נײעם דור פאר גוטע מענטשן און ײדן מיט דער הילף פון בוך, שול און פארלעזוגגען. ם׳האבן זיך באלד טאקע ארום אונדז גרופירט פארשידענע קרײזן און גרופן, װעלכע האבן דערגענצט אײנע די צװײטע.

passage_7ea4c595ec8418fc62b72c89