93 ישעיה טרונק — די ײדישע קהילה אין במיעלניק אין 19״טן יארהונדערט 94 צאל פון דער ייד׳ באפעלקערונג 5 1) צװישן 1893—1897 און 2) צװישן 1909—1921. במשך פון דעם ערשטן פעריאד איז די ײד׳ באפעלקערונג געפאלז אבסאלוט מיט 918 נפשות ד״ה מיט 14%, און במשך פון דעם צוױיטן פעריאד — מיט 694 נפשות (10.5%). דער צוריקגאנג פון דער ײד׳ באפעלקערונג אין די אנגערופענע צװײ צײט־אפשגיטן (ביז 1914) דארף פארשריבן װערן אויפן חשבון פון דער עמיגראציע מעבר־לים (בײ דער פוילישער באפעלקערונג האט די אימיגראציע און די מלחמה־געשעענישן במשך פון 1909—1921 צוגענומען א פיל גרעםערן פראצענט — זי איז געפאלן פון 1838 אויף 882 — 48%). אנהײב פון 1914 איז שוין צוגעקומען א צװײטעד שטארק נעגאטױוער פאקטאר — די פורענױתן פון דער ערשטער װעלט־מלחמה. נאך 1918 הײבט זיך װידער אן עמיגראציע מעבר־לים (בײ ײדן אויך קײן ארץ ישראל), װאם אין איר רעזולטאט האט זיך די צאל םײ פון דער ײדישער, סײ פון דער פוילישער באפעלקערונג ממילא פארקלענערט. מיר װעלן איצט איבערגיץ צו דער פראפעסיאנעלער סטרוקטור פון דער ײדישער באפעלקערונג בײם סוף פון באהאנדלטן יארהונדערט. לויט דער רוםישער פאלקם־צײלונג פון 1897*0 איז די פראפעםיאנעלע םטרוקטור פון דער ײדישער באפעלקערונג געװען אזא װי עס װײזט די אונטערשטע טאבעלע נומ׳ 2. טאבעלע נומ׳ 2
װי מיר זעען פון דער טאבעלע האבן 35% פון דער ײד׳ באפעלקערונג געלעבט פון מלאכה און אינדוםטריע און קנאפע 44% פון האנדל און קרעדיט. די דורבשניטלעכע פראצענטער פאר דער ײדישער באפעלקערונג אין דער גאנצער קעלצער גובערניע זענען אין דעם יאר געװען: פאר מלאכה און אינדוםטריע — 27.9% און פאר האנדל און קרעדיט — 48.1%. די װײטערדיקע טאבעלע (נומ׳ 3) װײזט די םטרוקטור פון ײדישן האנדל. טאבעלע נומ׳ 3 0 װי מיר זעען פון דער טאבעלע האט דער האנדל מיט לאנדװירטשאפטלעכע פראדוקטן פארנומען דעם װיכטיקםטן ארט אינעם ײדישן מסחר — די הענדלער מיט לאנדװיר־ טשאפטלעכע פראדוקטן, תבואות און פי באטרעפן העכער 58% פון אלע הענדלער. דאס איז געװען א האנדל, װאם איז על פי רוב געװען דירעקט פארבונדן מיטן דארף און דין פראדוצענט — דעם פויער• אויפן צװײטן ארט גײען די הענדלער מיט לעדער און פוטערװארג (קנאפע 10%), אויפן דריטן די םוחרים מיט בוי — און הײץ־מאטעריאלן (קנאפע 9%) און אויפן פערטן די שניט־און קאנפעקציע־קראמען (6.2%). מיר װעלן איצט באהאנדלען די םטרוקטור פון דער פרא־ פעםיאנעלער גרופע 5 מלאכה און אינדוםטריע. די אונטערשטע טאבעלע (נומ׳ 4) וױתט די פונאנדערטײלונג פון דער דאזיקער גרופע אין פארשײדענע םאכן.