178 דראהיטשין אין נפתלי׳ם חדר־מתוקן איז אויף דער װאנט געהאנגן א ״דאםקע״, שרײב־טאפל; די קינדער זײנען געזעסן אין ״םקאמעיקעם״ און געלערנט האט ער מיט זײ נישט קײן םפארבע, נאר תנ״ך, רש״י, דקדוק׳ העברעאיש׳ געלײענט מיט זײ די שאפונגען פון מאפו און םמאלענםקי און גע׳חזר׳ט אויף אויסנװײניק די שירים פון גארדאנען א. א• שפעטער האט נפתלי צוגעצויגן צו זיך די לערער: לײ־ בוש נײ׳דיטש, יצחק אבראמטשיוק און עוזר לעװ, און מיט זייער הילף געשאפן א נעץ פון חדרים־מתוקנים, ווו ער, נפתלי, האט געהאט די הויפט־דע ה און השפעה. ואזויש שוין אנגע־ גאנגן כל ימױ. זעלבםטפארשטענדלעך, זײנען אין שטעטל געװען א םך חדרים, ווו גמרא און אנדערע למודי־קודש האבן אויסגעפילט די גאנצע לערע־פראגראם פון טאג און די למודי־חול זײ־ נען מער נישט געװען װי א תפל. אויף זײן געביט איז נפתלי בלי םפק געװען דער אנער־ קענטער פעדאגאג און געגאלט אלם דער רבי פון די משכילים פון שטעטל. ■נפתלי איז געשטארבן כ״ד כסלו, תרפ״א, 1921, אין דרא־ היטשין. ער האט געהאט דרײ קינדער: זײדל (געשטארבן אין שיקאגע), פײגל (אומגעקומען מיט איר משפחה אין פינםק) און חנה (לעבט אין ארץ ישראל). חנה און פײגל זײנען געגאנגן אין די פום־טריט פון זײער פאטער נפתלי, און האבן אין משך פון יארן אויך פראקטיצירט אלם לערערינם און אנגעפירט מיט אײגענע קלאםן אין דראהיטשין,
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1401
passage_813689c43c41ed873d9349f9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1403-1635
פאלקס־שולע אונטער דײטשע ראקופאציע אין לופו. זיצן פון לינק^: טודרוס ליב ומילנער, נפתלי שטײנבערג, משה בעזדזשעזסקי און יוסף װאסערמאן. שטײען פון לינקס: ראסל װאלעװעלסקי, פינסקי פון סלאניש און חנה שטיינבערג.
passage_97da3dc78d143a6fd7186953