186 דראהיטשין עס ל גאלדבערג ל׳ ה רעגירונג. איז אויך געװען א־לעקטאר אין דעם אוניװערזיטעט דארט. /נטל גאלדפערג, אדער םטעל א בלאק׳ װי זי װאט זיך גערופֿן נאך איר הײראט, איז געבוירן 1898, בערך׳ אין דראהיטשין צו איר פאטער ױסף ניסל גאלדבערג. זי איז געװען א שטילע, באחנ׳טע מײדל און זיך גוט געלערנט אין קלאס. ■נאך גאר יו ע האט זי אויםגעװאנדערט קײן אמעריקע און זיך אוייפגעהאלטן בײ איר א שװעס,טער אין אינדיאנאפאליס. װו זי האט בײטאג געארבעט אין א ״שאפ״ פון היט און אין די אװנטן שטודירט די ענגלישע שפראך און װעלטלעכע בילדונג• אין קורצן נאכדעם האט זי שוין פראקטיצירט אלס לערערין אין א שולע. אין יאר 1924 האט עטל דערפילט א חראנג צז דיכטן. װעגן דעם שרײבט דער דיכטער ז. בונין׳ װעלכער איז געװען טארהײראט צו עטל׳ס א ושװעסטערן־טאכטער׳ אזוי: עטל גאלדבערג׳ ע״ה ״װען עטל האט זיך דערוװםט אז איך שרײב לידער׳ איז זי שטארק באװירקט גע-
װארן פון מײן שרײבן. כאטש זי האט ייִדיש ניט צו גוט גע־ קענט, האט זי אעהויבן שרייבן און לײענען ייִדיש מיט אזא ברען, אז גאר אין א קורצער צײט בין איך קעגן איר היג־ טערשטעליק געבליבן. שוין מיט אירע ערשטע לידער איז זי אנערקענט געװאדן אלם גאר א פײנע דיכטערין. עטל האט זיך געדרוקט אין פארשידענע פעריאדישע אויסגאבעם. אין דער פרויען־אגטאלאגיע, װאם איז ארויס אין שיקאגא אין 1928, געפיגט זיך אויף זײט 287 אירם א ליד״. עטל׳ס מאן, לואים. בלאק, װעלכער האט דעם טיטול פון דאקטאר פילאזאפיע, איז געװען דער הויפט פון ״לײבאר־ סטאטיםטיקע״ פון דעם שטאט קאליפארגיע. אין די מלחמה־ יארן האט ער פארגומען א הויכן אמט ביי דער פעדעראלער די לעצטע יארן האט עטל געליטן פון א שװעטער מחלה. זי איז געשטארבן אין 1947 אין סאן־פראנציםקא. איבער מײן שװײגן איבער מײן שװײגן — הענגען שעה׳ן שװער און שטום, ציען װעגן װיםט און קרום, װילן מײנע שעה׳ן, מײנע טעג, איבער װעגן װימטע מער ניט גײן, בלײבן זײ אין נאכט פארכאפטע — איבער מײן צוקאפנם שטײן. . . איבער מײן שװײגן — װארטן בלינד צעשראקענע, מיט שטומען נאכטיקן געדולד, מײנע שעה׳ן, מײנע טעג, ביז איך װעל פאר זײ, די שװערע, אזיםשװײגן א נײעם װעג. ״װארהײט״. שאטנס אין גאסן און אויך װעגן, האבן שאטנס זיך געשפרײט, שוין געליגן —
װי שעה׳ן אויסגעלעבטע, פינצטערע. נאר דער װינט טאט װײט אין מיט־טאג זיך מיט פרימארגן נאך געפרײט, און די זון, האט דורך די שאטנם, רגע׳דיקע ליכטיקײטן נאך געזײט... אבער דו מײן הארץ! אויך װעטענם פארשטילטע בלויע פליגלעך ם׳ליגט פארלאשן מײן פרימארגן הלום, דו, פארשארפט פון װארטונגען און גארן; — דיר איז שװער נאך מיט־טאג — מיט פרימארגן נארן. דו װײימט אז אט די רגע׳ם אײלן זיך אין שפארן — אין נאכט ארײן... ״װארהײט״ .