Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 208
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1280

דראהיטשין 204 ^^ווווווו ^|||||||||| 1 ||||:| 1 | 1 וווווווווווווווווו^ ^ ■ 11111111111 ווווווו ^וו■■ווו וווווווו■■■ווו ■ 11111111 | 1 א ווווווו■■ו■ו |י||י 1 |||■י|יייי | יוייײ■ ■ , ■111 ט־שערנ ע פאריצקער־װאלעװעלסק ע״ ה ליגי ע צװישן פינסק און בריסק (//װארשאװסקי־טערעספאל־ סקי זשעליעזגאי א דאראגא״). שרה ריװעג׳יט איר פאמיליע האבן פון פעסקאן זיך געצויגן פון אײן דארף אין צװײטן לויט דעם מארשרוט פון דער באן־ליניע ביז זײ זײנען אנ־ געקוימען קײן דראהיטשין, ווו זײ זײנען שוין פארבליבן װוי־ נען אויף שטענדיק. אזוי ארום איז משה פאריצקער געװארן א דראהיטשינער תושב. צו זײן חתונה מיט טשערנען׳ װעלכע איז בײ אים געװען די צװײטע פרוי, איז משה אלט גע־וען 18 יאר. זײנע צװײ קינדער פון דער ערשטן פדוי, אליה און רחל׳ האבן זיך פון רעכטס צו לינקס: רביצץ מריים׳ חנה בײלע׳ טשערנע (מוטעו־), און אימע•. פרוי און טעכטער פון משה פאריצקער אין 1923. (זע זײטן: 61, 130, 135 און 225). אויפגעהאדעװעט בײ זײער זײדן, לייבקע. (דעריפאר האט מען אליה׳ן יפו ן קרעטשמע גערופֿן ״אליה, לײבקעם״). פון .אנהויב האט משה געהאט בײ זיך יאין הויז א קראם פון שניט און שפײז. שפעטער האט ער זיך גענומען צו װאלד־ מסחר, ער האט געהאנדלט מיט ״דעלאנקעם״.

passage_8528a4a864ddbb4c7b971efd
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1282-2118

ארום 1890, װען ס׳איז געשטארבן דער אלטער סטארעמסטע אײזענשטײן, האט קהל אויסגעקליבן משה׳ן אלם סטארעמסטע פון דראהיטשין. דעם דאזיקן אמט:־אט ער פארנומען ביז 1901. נאך ר׳ משה׳ן, איז יגעװארן סטאחעסטע שמואל יודל פיאסעצקי. ר׳ משה, וועלכער איז געװען א מוקיר־דבנן. און האט געהאט אײדעמס רבנים, װי: ר׳ װעלװעל דער דיין(שפעטער־ דיקער סערנייקער רב, ז״ל) און הרב ימרדכי מינקאװיטש, — האט אויסגעלעבט זײנע יארן אין עושר און אין כבוד. ער איז געשטארבן דעם ערשטן טאג ראש השנה, 1914. זײן פרוי, טשערנע, איז געשטארבן מיט עטליכע יאר שפעטער. די װאלעװעלסקי׳ם האבן געהאט ארום 14 קינדער. בלויז 9 פון זײ האבן זיך געעלטערט. װי: זעליק (אילעק ס מארקום), שמואל, הערשל, מרדכי, מרים, חנה ביילע, איטע א. א. שמואל יהודה פיאסעצהי ל׳ ה רריטער און לעצטער סטארעסטע

passage_9dd1a7ff24b968fb9300abb0
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2120-3256

שמואל ױדל פיאסעצקי איז געבוירן געװארן אין דרא־ היטשין אין יאר 1859, אין א בכבודיקער פאמיליע. זײן פאטער ר׳ יצחק האט אים געגעבן א טראדיציאנעלע דערציאונג. דער ױנגער שמואל האט זיך אויך אפגעגעבן מיט װעלטלעכער בילדונג. באזונדערס האט ער זיך אויסגעצײכנט אין דער רוםישער שפראך. אין יאר 1901 װערט שמואל ױדל׳ אויפן ארט פון משה פאריצקער, אויסגעװײלט אלס םטארעסטע פון דראהיטשין. דעם דאזיקן אמט, צו װעלכן ער איז אלע דרײ יאר װידער אויסגעװײלט געװארן, האט שמואל ױדל פאר־ נומען ביז די דײטשן האבן אין יאר 1915 פארנומען דרא־ היטשין. די פונקציעס פון א םטארעסטע אונטער דער רוסישער מאכט, זײנען געװען די זעלבע װאס פון א מעיאר. דער םטאר רעסטע האט געהאט צו זאגן װעגן דעם סאניטארן צושטאנד פון די ברינימער פון שס־אט; װעגן דער פייערלעשער־קא־ מאנדע און די אײנריכטונגען; װעגן די װעגן און שליאכן פון שטאט; ער האט געהאט צו באזארגן ו א דאקטאר פארן שטאט• און באזוונדערם האט דער סטארעסטע געדארפט צושטעלן אלע יאר צו דער רוםישער ״פריסיוטםטװא״ די ליסטע פזן די ײדישע ױנגעלײט, װעלכן האבן געדארפט שטיק צום פריזױו.

passage_f361cb16c4ec6ddae3d1f67d