208 דראהיטשין זושע װארשאװסקי זושע װארשאװסקי איז געבוירן 1868 אין דראהיטשין. זײן פאטער, ר׳ שמואל לײזער, פון די נכבדים פון שטאט, איז געװען אן אור־אײגיקל פון ר׳ דוד׳ל יפה, זצ״ל. דאס גלײכן זײן מוטער, באשע, האט געשטאמט פון א פײגער פא־ מיליע. ר׳ זושע האט באקומען זײן חינוך אין חדר, תלמוד־תורה און פרױואט בײ מלמדים און האט אויך שטודירט אלגעמײנע לימו־ דים און שפראכן. פיר יאר האט זושע געדינט דעם רוםישן צאר און א דאנק זײן שפראכן קענטעניש האט ער זײן ״םלוזשבע״ אויסגעדינט אין קאנצעלאריע אלס שרײבער. ער האט זיך קײן אײן מאל נישט מאכל־טריפה געװען, און האט נאך געבראכט פון ״םלוזשבע״ געלט ר׳ זושע װארשאװסקי אווײם... אין 1894 האט זושע חתונה מיט זײן באשערטער חיה פרירדע פינםקי פון מאטעלע. ער באזעצט זיך אין דארף הארבאכע, װאו זײן פאטער, שמואל לײזער, האט געהאט א ציגל־פאבריק (ציגעלניע) און גײט אריץ צוזאמען מיט זײן עלטערן ברודער, ר׳ טוביה דוד, אין האלץ־און װאלד־ מםחר. ר׳ זושע האט זיך גוט אויסגעטויגט אין דער דאזיקער מםחר־בראבזשע און ער האט, ב״ד״ מצליח געװען.
עס גייט נישט אװעק קײן עטלעכע יאר און זושה מיט טוביה דוד׳ן, זײגן די בעלי־בתים פון אײגענע גרויסע װעלדער; פאסעמארן און אײגנטימער פון והויפן, מאיאנטקעם (װי קלעמענטאװע, זאמאשע א. א.); פארמאגן דרײ שײנע הײזער אין דראהיטשין א.אדו. ר׳ זושה, דער געשעפט־פירער שטײט אין האנדלס־באציאונגען מיט פולקאװניקעם, .גענעראלן, גובערנאטארן, באראנען און אײנפלומערע פריצים, װעלכע שעצן און אכטן זושעס .םוחרישע פײאיקײט און ערלעכקײט אלם ײד.או ן מענטש. זײ װײסן, אז ר׳ זושה איז א רעליגיעזער ײד און ׳פארגיבן אים, װען ער לאזט זײ איבער אין מיטן א וויכטיקן געשפרעך און שטעלט זיך אװעק דאװנען א מבחנה אדער א מעריב. אויסנוצנדיק זײן קאנטשאפ ט מיט די הויכ־ געשטעלטע פערזענלעכקײטן פועלט ער אפט אויס טובו ת פאר ײדן. אין 1907 ציען זיך די ברידער װארשאװסקי ארײן קײן דראהיטשין. די ״הארבאכער״, װי מען האט זײ גערופן, װערן א שם דבר אין שטאט. זיי פיר ן שײנע באלעבאטישע יידישע הײזער, פון װעלכע ע ם ווערט אויסגעטײלט פיל צדקה. אין 1911 קויפן זײ א פפון ר׳ נתום שעװינםקי׳ן זײן לעדער־ פאבריק (גארבארניע) און ארבעטן איר ארויף. זײערע לעדער־ אויסארבעטונגען באקומען אן אפזאץ אין װײטע געגנטן פון לאנד.
מיט דער אקופאציע פון דראהיטשין דורכן דײטשן ארמײ אין 1915, פארלירן זײ דאס גאנצע סארמעגן. די הײזער און די לעדער־פאבריק גײען אוועק מיטן רויך אין דער גרזי־ מער מלחמה־שריפה. דער דײטש קאנפיסקירט דעם גאנצן אויסגעארבעטען געהילץ אין די װעלדער, װי אויך דאס גע־ בליבענע לעדער פון דער גארבארניע. די װעלדער און די הויפן גופא װערן איבערגענומען פון די דײטשן, װעלכע פאר־ װאלטן מיט זײ אויפן דײטשן שטײגערי: רויבן אלץ אױם און פירן עם ■אװעק קי ץ דײטשלאנד, אין די מלחמה־יארן האבן די ב^ידע ר װארשאװסקי געלעבט אין קלעמענטאװע און אין הארבאכע . אין 1918 באקומען די װארשואװסקי׳ס צוריק דעם זא־ מאשער הויף און זײ הויבן זיך אן צהרי ק ארויפארבעטן. אבער עס איז שוין נישט געגאנגען אזוי גוט װי אובטער דער צוארי־ שער מאכט, מחמת די פאליאקן האבן מיט אלע מיטלען גע־ שטערט דעם ײדישן מםחר .
ר׳ זושע, װעלכער האט זיך צוריקגעזעצט אין שטאט, האט דאן מער צײט אפצוגעבן זיך מיט קהל׳שער ארבעט. ער איז געװען דער בעל־ױעץ פון הרב קאלענקאװיטש, טאן־ געבער אויף אלע שטאטישע אםיפות; בורר אץ אויסגלײכער פון פארשײדענע מחלוקת׳ן װעגן ירושזת, שידוכים א.א.: שתדלן פאר די װאס זײנען געקומען אין קאנפליקט מיט דער מאכט; לאנג־יעריקער גבאי פון אלטן בית־מדרש; איבער־ געגעבענער עסקן און נדבן פארן ״ועד־הישיבות״: מכניס־ אורח און בעל־צדקה בםתר וכדומה. ר׳ זושע האט פארקער־ פערט אין זיך דעם ײדישן טיפ שתדלן און פרנס פון די אלטע צײטן. דאס זעלבע חאט אויך געטאן זײן פרוי חיה־פרײדע, װעלכע פלעגט העלפן ארעמע שטילערהײד, ןארײבשיקנדי ק זײ אין די הײזער חלה אויף שבת און אנדערע שפיץן. אץ אזוי האבן זײ געלערנט זײערע קינדער.
אין יולי 1941 ווערט ר׳ זושע מיט זײַן פרוי און קינדער (בערל און זלאטע מרים מיט זייערע פאמיליעס) פארנומען פון די באלשעװיקעס און ארויסגעשיקט קיין טיפ רוסלאנד. פון דערשפוניג און פון נישט־דערעמן שטארבט דארט (1943) זײַן פרוי חיה־פרײדע, ע״ת, און ווערט באהאלטן אויף א קריסטלעך בית־עולם. אין מאי 1946 ווערט ר׳ זושע מיט זײַן פאמיליע צוריקגעשיקט פון רוסלאנד קיין פוילן. אין דעצעמבער 1948, ווערט ער פון זײַן טאכטער רחל אראפגעבראכט קיין אמעריקע, פון זינט יולי, 1949, לעבט ר׳ זושע אין ארץ־ ישראל, וואו ער ווערט פאזארגט און אויסגעהאלטן בכבוד פון זײַן טאכטער רחל און אײדעם װעלװל מאזורםקי(פון ניו־ יארק), וועלכע זײנען באװאוסטע בעלי־צדקה. א חוץ רחל׳ען האט זושע נאך צוויי זין און א טאכטער: מרדכי (זיסל) און בערל (רחל) אין ארץ־ישראל און זלאטע מרים (ישעיה) אין קאנאדע.