210 דראהיטשין באדיע פלוס (טאכטער פון די גאלדמאנס) און אירע קינדער העניע חיה. איז געשטארבן ד׳ כסלו׳ תרצ״ח׳ 8טן נאוועמבער׳ 1938. די גאלדמאנס האבן געהאט צען קינדער — פיר זין און זעקס טעכטער. צװײ זין זענען געשטארבן נאכן אלס קליינע קינדער. אהרן (דער עלטסטער זון, געשטארבן ג׳ תמוז׳ תש״ג, אין קרית־מוצקין, ארץ ישראל). שאשא רחל (אומגעקומען אין דראהיטשין צוזאמען מיט צװײ זין און צװײ טעכטער, איר מאן אליה געשטארבן אין געטא פון צרות... הי״ד: איר זון, פרץ, געהרגעט געווארן דורך די אראבער אין 1947 אין חיפה. איין טאכטער געפינט זיך היינט אין חיפה). שיינע ציפה (אומגעקומען אין דראהיטשין צוזאמען מיט איר מאן יצחק גאלדמאן און צװײ טעכטער, הי״ד. איין זון געפינט זיך אין קאנאדע). מלכה גיטל (אומגעקומען אין בריסק צוזאמען מיט איר מאן מרדכי גילמאן, זון און טאכטער, קיינער ניט פארבליבן. הי״ד!) באדיע (אומגעקומען אין פאװארסק, װאלין, צוזאמען מיטן מאן שלמה פלום, הי״ד, איר זון און טאכטער האבן זיך גע־ ראטעװעט אין װאלד, געקעמפט אין די רייען פון די פארטי־ זאנער. די טאכטער איז געהרגעט געווארן פאר דער באפרײ־ אונג און דער זון לעבט היינט אין אמעריקע). בײלע (אומגעקומען אין לוצק צוזאמען מיט איר מאן אהרן װאלװעלער און דרײ קינדער. קיינער ניט געבליבן פון זיי, הי״ד!)
שלמה זעליג (געװארן ארויסגעשיקט פון די רוסים קײן סיביר און אזוי ארום ניצל געװארן פון טויט, געפינט זיך הײנט מיט זײן פרוי רחל אין קרית־מוצקין, ארץ ישראל). און יעגטע (ארויסגעשיקט קײן טיפן רוסלאנד און אזוי ארום געראטעװעט זיך פון די דײטשע רוצחים. געפינט זיך הײנט מיט איר מאן און קינדער אין קרית מוצקין, ארץ ישראל). מאיר דער לינער־האפלאן ל׳ ה מאיר קאפלאן, ;ודער ״מאיר דער ליג׳ער״ װי מען האט אים גערופן, איז געבוירן 1865, בערך, ביי א לומדישער משפחה אין שאװל, ליטע. זײן פאטער איז געװען דײן אין שאװעל. ביז ארום 16 יאר האט ער געלערנט אין בית־מדרש אין שטאט. אין יענע יארן, דערצײלט מען, איז,אויסוגעבראכן א הונגער אין שאװלער געגנט און פיל מענטשן פון שטאט האבן זיך געלאזט איבער דער וועלט צו זוכן ׳חױנה. צװישן די ׳װאנדערער איז אויך געװען דער ױנג׳ער מאיר, וועלכער האט נאך לאנגע נדודים דערשלאגן זיך קײן פינסק און גע־ זעצט זיך דארט לערנען אין ישיבה.
מיט אַ צײט שפעטער איז אין פינמסקער ישיבה געקומען א ישובניק פון דארף ליענע, ביי יא׳נאווע, און געבעטן דעם ראש ישיבה צו רעקאמ׳ענדירן אים א בחור צו לערנען מיט די קינדער פון דארף. דער ראש ישיבה ׳האט אנ׳געװיזן אויף מאיר׳ן. און אזוי ארום אי׳ז דער שאװלער ישיבה־בחור מגולגל געװארן אין דעם װײטן פאלעסיען דארף ליגע, װו ער האט אויך חתונה געהאט און געצויגן זײן חױנה פון קרעמערײ. ר׳ מאיר איז וג׳עװארן א תושב אין לי׳נע און באקומען דעם נא־ מען ״מאיר דער לינער״, אזוי האט זיך עס געצויגן ביז 1907, װען די צארישע מאכט האט ריקזיכטםלאז אנגעהויבן דורכפירן די גזר׳ה פון תחום־ מושב, ארויס׳צוטרײבן די יידן פון די דערפער, דאן איז ר׳ מאיר געװען געצװונגען צו פארלאזן דעם דארף לינה און האט זיך באזעצט אין דראהיטשין, פאר א קורצער צײט האט ר׳ מאיר געלערנט גמרא מיט