Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 217
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1329

213 פערזענלעכקײטן און טיפן אויסצובויען א ישיבה אין שיקאגע. און אלס פארזיצער פון בוי־קאמיטעט, האט ער אין ■משך פון א האלבן יאר אויפגעבויט דעם הײנטיקן גרויסן בני ן פון בית־מדרש לתורד״ װו ער האט פאר א צײט פארנומען דעם אמט פון ״טשערמאן יפו ן בארד״ • ביז זײן טזי ט איז אײזענשטי ץ געװען דער פינאנץ־טשערמאן פון בית מדרש לתורה אויף דאגלאס בולװאר. אליהו אײזענשטײן איז אויך געװען פון די הויפט־גרינדע ר פון ״ועד־החינוך״ (פאראײניקטע תלמוד־תורה׳ס). מיט זיק איניציאטױו און הילף איז, טראץ דער קעגנערשאפט פון אנ ־ דערע, אפגעקויפט געװארן דער בנין אויף װילקאק ס עװענױ, װאס האט זיך ארויסגעװיזן פאר א דערפאלג. אין דעם דאזיקן בנין געפינט זיך יהײנט די צענטראלע פון ״ועד־התינוך״, װעמענס פרעזידענט אײזענשטײן איז געװען די גאנצע צײט. שטײען פון רעכטס: ב. זיםוק, אברהם גראטש, שלום גרא-טש, אליהו אײזענשטײן, דוד עפשטײן, מנחם אװערבוך, איטשע גאלדמאן סיצט) און בערעלע װיכנעם. ליגן פון רעכט י, זילבערשטײן, ױסף גראטש, עזרה װײסמאן און טעװל זבאר. אין 1920, װען א. אײזענשטײן איז געװען אין דראהיטשין. אין 1950 איז אײזענשטײן געװען דער איניציאטאר און בוייער פון דעם נארט־לײק־שער ״תורה צענטער״. פאר דעם דאזיקן צװעק האט אײזענשטײן געגעבן מער װי 50 טויזנט דאלער. ״שיקאגער צײטשריפט״, אקטאבער, 1951.

passage_ff6d180e19ac142c69910b48
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1331-2675

אליהו אײזענשיטײן איז געשטארבן י״ד טבת, תשי״ד — 20־טן דעצעמבער, 1953. אויף א פארזאמלונג אין נארט־לייק־שאר ״תורה־צענטער״ איז אײזענשטײן פלוצלונג אװעקגעפאלן און אויםגעגאנגען... אין זײן צװואה האט אליהו אײזענשטײן כמע ט זײן גאנצן פארמעגן אפגעשריב ן פאר רעליגיעזע חינוך־מוסדות אין שיקאגא און אנדערשוװ, לויט דעם אײנזען פון די אפוטרופסים. אליהו אײזענשטײן האט איבערגעלאזט א פרוי, תח (אױוע ) אייזענשטײ ז(װעלכע שטאמט אפ פ ק גרויםן יחוס, איר פאטער ר׳ משה סאלק, איז געװען לאנג־יעריקער גבאי פון דער רוסישער שוהל אין שיקאגא): 4 ברידער און אײן שװעסטער: ליפמאן, ישראל ברוך, לײזער, אברהם און רײכל אײזענשטײן. חײקל גראפש ע״ה חײל^ל גראטש איז געבוירז 1867 צו זײנע עלטערן ר׳ שמעון און בײלע אין דראהיטשין. ער האט געלערנט אין חדר און כרױואט בײ מלמדים, באזונדערס בײ הרב יוסף װאלע־ װעלסקי, זײענדיק אײנער פון די בעסטע גמרא תלמידים. אין 1890 האט חײקל געהײראט אםתר יהודית׳ן, די טאכטער פון ר׳ישעיח און אסנה פון ספארע־ װע (נעבן כאמסק). די גאנצע יארן איז חײקל געװען א נהנה מיגי כפױ און האט צרלעך געארבעט פאר זײן עקזיםטענץ. 2 מאל איז י ר׳ חײקל געפארן קײן אמערי־ קע. דעם ערשטן מאל איז ער געקומען קײן נױ־יארק אין 1900. װען ער חאט זיך גע־ קליבן צוריקצופארן (דעם צװײטן ^ ר׳ חײקל גראטש, ע״ה

passage_af9e72354ab9dc36597e6711
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2677-3309

היים, איז ער פלוצלינג פארשלאפט געװארן און ג׳שבט תרס״ו, 1906, געשטארבן. ער איז געקומען צו קבורה אויף דעם דראהיטשיינער בית־עולם אין נױ־יארק. ר׳ חײק ל איז געװען א מושלם און א רצוי לקהל. פלעגט לערנען פארן עולם, געקענט דרשנ׳ען, געװען א גוטער בעל תפלה און בעל־קורא, און באהערשט די העברעאישע און רוסי- ש ע שפראך. איז אויך געװען א חובב־צױן. די דאזיקע אײגנשאפט ן זײנע האט ער אויסגענוצט לטובת הכלל סײ אין דראהיטשין און סײ אין נױ־יארק, װו ער איז געװען אן אק- טױוער מיטגליד פון ״אגודת אתים אנשי דראהיטשין שוהל״. ר׳ חײק ל האט געהאט 2 זין: אברהם און ױםף.

passage_5e4292afadba001166c0d4a2