216 דראהיטשין כלה״. זי האט א גרוים ע צאל ארעמע ײדישע מײדלעך, יתומות׳ אין דראהיטשין ארויסגעהאלפן מיט חתונה־גארדעראבעס, אויםשטײער אן קיין נדנ׳ם אום דערמעגלעכן זיי צו חתונה האבן און קומען צו א תכלית. מלכה איז אויך געװען א טעטיקע מיטגלידערין אין קהילת יעקב שוהל און תלמוד־תורה׳ בית מדרש לתורה׳ /׳פאראקיאל־ סקול״ און אנדערע אינסטיטוציעס אין שיקאגע. עס איז כמעט נישטא קיין איין ײדישע אינסטיטוציע אין אמעריקע און אין ארץ ישראל, װאם האבן זיך ניט געװענדעט נאך הילף צו מלכה װארשאװסקי און זי האט שטענדיק אנט־ קעגנגעקומען אלע בקשות, מלכה האט אין איר באזיץ א גאנצן זאק מיט ברױו און קבלות אויף געלט־צאלונגען פון צענדליקער אינסטיטוציעס, װו זי איז געװען זינט יארן א שטענדיקע בײשטײערין. מלכה װארשאװסקי האט געהאט 6 קינדער: משה שמואל און מאיר (אומגעקומען מיט זייערע פאמיליעס אין דראהי־ טשין); ישראל ברזנר (געפאלן אין דער ערשטער װעלט־מל־ חמה); אליהוד (געהרג׳עט געװארן פון אן אויטא אין שי־ קאגע): טויבע לאה (טיילע) קײגען, לײזער װארשאװסקי און ױםף װארשא (לעבן אין שיקאגע). שײנקע װארשאװסקי־בוים, משה שמואל׳ס טאכטער, אומגעקומען. הי״ד חערשל חײם, חאשע לעװין ע״ה
הערשל חײם לעװין און זײן פרוי ״חאשע דיבראנער־ קע״, װי מען האט איר גערופן, זײנען געװען פון די זעל־ טענע טיפן פון דראהיטשין. קײן קינדער האבן זײ נישט געהאט, האבן זײ זיך דערפאר געשטעלט פאר א ציל צו העלפן די קינדער פון כלל• בײדע האבן געהאט די זעלבע השגות און באגריפן װעגן לעבן און האבן געארבעט אין הארמאניע לטובת הכלל. ר׳ הערשל חײם איז פאר לאנגע יארן געװען דער גבאי און פירער פון גאס־בית מדרש, װו ער האט ארײנגעלײגט אסאך צײט און ענערגיע; גבאי פון ביקור־חו־ לים, האט געזאמל ט געלט צו העלפן די שטעטלדיקע נצרכים און דורכפארנדיקע אורחים און משולחים. באזונדערס האט ער זיך אפגעגעבן מיטן תורה־חינוך פון די ארעמע קינדער: האט געשטיצט תלמוד־תורה׳ם און איז געװען פון די הויפט אויפהאלטער פון דער שטעטלדיקער ישיבה, װאם האט זיך געפונען אין גאס־בית־מדרש. האט ר׳ הערשל־חײם איבערגעלאזט זײן ארבעט און אנ־ געטאן זײן שבתדיקן בגד, האט מען געװוסט אז ער גײט טאן א דבר מצוה. אזעלכע פאלן פלעגן טרעפן יעדן אנדערן טאג. אין די זעלבע װעגן איז אויך געגאנען זיץ פרוי חאשע, װעלכע איז געװען די טאכטער פון ר׳ משה נפתלי דעם ברא־ נער װאלינםיקי און א געבוירענע פון דראהיטשין.
הגם אויסערלעך האט זי אויסגעקוקט צו זײַן נישט גאר קײן געזונטע פרוי, האט זי אבער אינערלעך פארמאגט א םך ענערגיע און פײער. זי איז נישט געגאנגען, נאר געלאפן. און אזוי האט זי אויך געטאן און גערעדט — גיך, גיך. זי האט קײנמאל קײן צײט נישט געהאט, שטענדיק געװען אין בא־ װעגונג. דאם גאנצע שטעטל מיט אירע קלאפאט און זארגן איז געלעגן אויף איר קאפ. חאשׂע איז געלאפן מבקר־חולה זײַן די חולים פון שטעטל און זען צי עם פעלט זײ נישט עפעס, אויב מ׳האט געדארפט׳