Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 245
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1296

פערזענלעכקײט ן און טיפן 241 שטײען פון לינקס: אהרן מאיר אויבערמאן, אלטער הויזמאן, הערשל אײזנשטײן, משה לעװאק און משה קראװעץ. זיצן פון רעכטס: הערשל לעװאק (ײנגל) הערשל האכמאן, ראש ישיבה (זען זײט 44), ישראל קראװעץ, — אומבאקאנט. בילד גענומען אין גאס בית־ מררש בײס טיר אונטער איבער־ שריפט: ״געגרינדעט (בה״מ) אין יאר תר״פ — 1920, רעמאנ־ טירט מיט דאם געלט פון די ברידער נחמיה און יצחק ב״ר ישראל קראװעץ אין יאר תרפ״ח, 1928. גבאי צבי ב״ר משה אײ־ זענשטײן״, א חוץ צבי לעװאק׳ן — אל ע אומגעקומען, הי״ד! אנגעהאלטן זײן טראדיציע אלס חבר פון דראהיטשינער קהלה. די הויזמאנם האבן געהאט פינף קינדער: הענדל (לעבט מיט איר מאן ה ד אײזענשטײן און קינדער אין שיקאגע); חאשע, אסתר־רח ל (לעבן אין נױ־יארק), חנה־דבורה (גע־ שטארבן אין נױ יארק) א. ן אלטער (אומגעקומען מיט זײן פאמיליע אין דראהיטשין). ר׳ זעליג איז געשטארבן אסתר־ תענית, אדר, 1928. זיץ פרוי סירק ע — ו׳ כסלו׳ 1929. אהרן מאיר אויבערמאן הי״ד אהרן מאיר אויבערמאן, א געבוירענער פון קאמענעץ׳ איז אין 1902, בערך, אנגעקרמען פאר אן אײדעם צו אלטער דעם מגיד׳ס (הויזמאן). אהרן מאיר, װעלכער איז געװען א ױד ספר, א זעלטןער בעל תפילה און א שיינער בעל קהרא, איז געױען דאס שײנדל פון דער משפהה.

passage_b4f1dda4faedaedfa9a365d1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1298-2153

אהרן מאיר האט באזעסן א זיסע, לירישע שטימע און א גוטן ה־שפאר נגינה. זײן דאװנען איז געװען א געמיש פון בעל־תפילה׳ש און חזניש און האט זיך גערענט פארן בעסטן בעל תפילה אין געגנט. אלע שוהלן פון שטאט און אומגעגנט האבן אים זײער גערן געהאט אלס זײער שליח צבור. די לעצטע יארן איז ר׳ אהרן מאיר געװען דער קביעות׳דיקער שליח־צבור פון גאס־בית־המדרש. אהרן מאיר האט פאר זײן דאװנען און קריאה נישט גענומען קײן שכירות. ער האט געהאט פרנסה ברוח פון זײן באקאלײנעם געשעפט. צו דעם האט ער אויך געהאנדל ט מיט אײער פאר עקספארט. אין זײן מםחר האט אהרן מאיר׳ן פיל געהאלפן זײן פרוי חאשע הענדל, װעלכע איז, װי איר מוטער טשערנע, געװען א מאידעם אין האנדל. די אויבערמאנס האבן געהאט צװײ זין: קלמן און לײבע. ר׳ אהרן מאיר מיט זיץ פאמיליע זײנען אומגעקומען. הי״ד!

passage_6c0a6ca22616bfd53e658ee5