Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 259
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1319

אינםטיטוציעם און פארטײען 255 פאלהס־ניכליאםעה אין 1910, בערך, איז אין דראהיטשין געשאפן געווארן א העברעאיש־רוםישע ביבליאטעק. די שאפער פון דער ביב־ ליאטעק זענען געווען די ברידער אברהם און ױםף גראטש, זײדל װײםמאן, סענדל גראטש, מטזם אװערבוד, ױדל זיל־ בערשטײן, שמואל עפשטײן, ראובן לעװ, עזרה װײסמאן א.א. פריער האט די שטעטלשע ױגנט גענומען ביכער צום לייענען (פאר א קליינעם אפצאל) ביי דעם לערער נפתלי שטײנבערג. צו דער זעלבער צײט האט אן אנדער גרופע ױעעלײט געגרינדעט א ײדישע ביבליאטעק. צווישן די גרינדער זענען געווען יהושע שמיד, ראשע לאה לעװ־שמיד, נח לייפער, בערל לאפאטין, יצחק בוים, אלי׳ גארבער (פעשעס), שמואל לײפער, ױדל מילער און גדליה קאפלאן. שפעטער האבן זיך ביידע ביבליאטעקן פארײגיקט. די ״חברת מפיצי־השכלה״ האט פיל געהאלפן צו אנטװיקלעדן די ביבליאטעק, שיקנדיק געלד און ביכער. צו דער ביבליאטעק האבן אויך געהערט שלום גראטש און משה קאלענקאװיטש. די צאל ביכער איז געשטיגן פון טאג צו טאג. די ביבליא־ טעק האט, װי געזאגט, פארמאגט דרײ אפטײלונגען: א יידישע, העברעאישע א^ן רוםישע. די ײדישע אפטײלונג איז געווארן אנגעפירט פון גדליה קאפלאן. די העברעאישע—פון יהושע שמיד און די רוסישע—פון ראשע לאה לעװ־שמיד. פון אנהויב האט זיך די ביבליאטעק געפונען אין הויז פון

passage_5daf86e12973d6fb81d1fafe
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1321-2233

בערל קאזאק. שפעטעד איז זי געװארן אריבערגעפירט אין מויער פון חײם און ליבערימלאנד. בײם אויסברוך פון דער ערשטער װעלט־מלחמה (1914) האט די ביבליאטעק, — װעלכע האט געהאט א 1500 יידישע, העברעאישע און רוםישע ביכער, װי אויך זשורנאלן געבוגדן אין בוך־פארם, — זיך געפונען אין א שטיבל בײ אלטער דעם םאכער (גאלדבערג). צוליב דער מלחמה איז די ביבליאטעק געווארן פארנאכ־ לעסיקט און געבליבן אן א פארװאלטונג און אן א דירה. נאך א באראטוע פון אײניקע קולטור־טוער, האט הערש־ לײב אײזענשטײן אויף זײן אײגענער איניציאטױו אונטער־ גענומען זיך צו פארװאלטן מיט דער ביבליאטעק. איױענ־ שטײן ־אט, םוף 1915, ארײנגענומען די ביבליאטעק צו זיך אין הויז. די גאנצע צײט װאס די ביבליאטעק האט זיך גע־ פונען בײם אים הויז, איז הערש־לײב אײזענשטײן געװען איר פארװאלטער און ביבליאטעקאר ביז ער האט אין מאי 1920 אויסגעװאנדערט קײן אמעריקע.

passage_2b016a25ba06246b63c41388
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2235-3104

ארום דער ביבליאטעק האט זיך קאנצענטרירט דאס גאנצע קולטורעלע און געזעלשאפטלעכע ארבעט פון דער ױגגט, וועלעכע האט ארגאגיזירט פארזאמלונגען, דיםקוםיעם, ליטע־ רארישע אװנטן און אמאטארישע טעאטער ספעקטאקלען. אין פארלויף פון די מלחמה יארן זײנען אין ביבליאטעק־ צימער בײ איתענשטײנען אפגעהאלנזן געװארן באראטונגעז און זיצונגען פון פארשײדענע גרופן און געזעלשאפטן, װי, ״חבריה־לינה״, ״אגודת דוברי־עברית״, ״צעירי־צױז״ (װאו א גרופע פון די גרינדער ■ פון דער ארבעטער־ ביבליאטעק. פון רעכטס; 1 שמואל לײפער, גדליה קאפלאן, בערל לאפא־1 טין, נח לײפער (דער־) נוארדע ט געװארן דורך, ן די באלאכאװצע סאין זא־■ קאזאליע אין 1921) און [ ױדל מילער. (יצחק בוי ס> און אליהו פאליאק פעלן י אויף דער בילד.) אויבן 1 איז דער סטעמפל פון דער ארבעטער ביבליא־ טעק. דאס בילד איז גע־ נומען אין יאר 1910.

passage_6466fac5f4cc64441ef94bac