22 דראהיטשין עם זײנען, נאטירלעך, געװען נאך זןײניקע קלענערע געס־ לאך, װי דער נײ־שטאט, קראסנאאוליצע א.א. אבער דאס זײנען מער נישט געװען װי קלײנע צװײגעלאך אויף א גרויסן בוים. עס זײנען אויך געװען צװײ גאסן־דערפער, זאריטשקע און םטאראסיליע, װעלכע האבן זיך געגרענעצט מיט דעם שטעטל, און װעלכע זײנען געװען באוװינט אויסשליסלעך פון װײם־רוסישע פויערים. און װירקלעך, האט דראהיטשין געמאכט דעם אײנדרוק, װי א שװימענודיקע שיפל אויפן װאסער. מחמת פון בײדע זײטן גאס איז זי געװען ארומגענומען מיט א װאסער, א זומפ אזא, װאם מען האט גערופֿן ״װיאן״. עם זײנען געװען צײטן, װען דאס װאסער אויף דעם װיאן פלעגט, צוליב די גרויסע רע־ גענס, צעשפילן זיך, איז דאן אויסגעקומען אז דאם גאנצע שטע־ טל איז א שװימענ־ דיקער פאראכאד אין מיטן א גרויסער אזע־ רע (לײק). און דער־ פאר האט דראהיטישן נישט געקענט װאקםן אין דער ברײט נאר אין דער לענג. די גענעראל מינקא;ו, ראװינער פריץ אײ.,נטימער פון דעם באדן פון שטעטל לעצטע יארן האט די הויפט־גאס זיך געצויגן אויף א מרת ק פון אריבער צװײ מײל די לענג.
די האלב ע גאס ם צ ו מערב־זײ ט אי ז געװע ן אנגענומע ן צ ו רופ ן ד י ״קאברינע ר גאס״ , או ן ד י אנדער ע האלב ע גאס צ ו מזרח־זײ ט — ד י ״פינסקע ר גאס״ . ד י דאזיק ע צװ ײ האלב ע גאס ן האב ן אוי ך געהא ט צונעמע ן ־ ד י ״פינסקע ר גאס״ הא ט געהײס ן ד י ״ארץ־ישראל־גאס״ , או ן ״קאברינע ר גאס״ הא ט מע ן באצײכנ ט אל ס ״מצרים־גאס״ . פו ן װאנע ן ע ס שטאמ ט ד י הלצ ה או ן אוי ף װעלכ ן גרונ ד ד י צונעמע ן זײנע ן געשאפ ן געװאר ן קענע ן מי ר ניש ט פעסטשטעלן . אפש ר נעמ ט זי ך ע ס פו ן דעם , װאס , ׳מחמ ת אוי ף דע ר פינסקע ר גאס האב ן געװוינ ט מע ר מױחסי ם או ן רײכער ע ײד ן װ י אוי ף דע ר קאברינע ר גאס י אוי ב דא ס זא ל זײ ן דע ר מאטױ ו — אי ז דא ם ניש ט גא ר קײ ן געלונגענע ר װיץ.. . ע ם אי ז בעםע ר אנצונעמע ן ד י השערח , א ז דערפא ר הא ט מע ן באצײכנ ט ד י קאברינע ר גאס אל ם ד י ״מצרים־גאס״ , מחמ ת אוי ף דע ר קאברינע ר גאס האב ן ד י װאנדערגדיק ע ציגײגע ר געהא ט זײער ע מלינות , װ ו זי י פלעג ן עם ן או ן שיכור׳ ן או ן ע ם אי ז געװע ן אנגענומען , א ז ד י ציגײ ־ נע ר שטאמע ן פו ן ד י עגיפטער , ד י מצרײם , הא ט עפע ם א ל ץ באשאפ ן דע ם צונאמע ן ״מצרים־גאס״ או ן ס׳אי ז שוי ן אזו י פארבליבן.. . פאראלע ל מיט ן טראק ט אי ז געלאפ ן לעב ן שטעט ל ד י באן־ליני ע פינסק־בריסק , װא ם ד י רום ן האב ן אויםגעבוי ט אי ן יא ר 1883 . אבע ר דע ם װאקזא ל האב ן ד י רום ן פארשלעפ ט
אז ש קײן נאגאריע, 7 װיארםט פון שטעטל. װי מען דערצײלט, איז דאס געװען א קאפריז פון דעם הויפט־אינזשינער, װאם האט געבויט די באן־ליגיע. דער אינזשינער, זאגט מען, האט אויסגעקוקט, אז שטאט זאל אים ארײנרוקן עפעס אין יד ארײן... און אזוי װי די ײדן האבן זיך נישט װיסנדיק געמאכט, און צו דעם איז דער באדן ארום שטעטל געװען זומפיק, ׳האט ער געהאט א גוטן תירוץ אויסצובויען דעם װאקזאל 7 װיארסט װײט פון שטעטל. דאס שטעטל האט זיך אויסגעבויט אץ א טאל פארװאם דראהיטשין האט זיך בדוקא אויסגעבויט אין א טאל, אין א זומפ, הגם, עטװאס װייטער ארום שטעטל, און ספעציעל אויף דער זאמד־גאס, איז דער באדן בארגיק און טרוקן — איז דאס, קען מען זיך משער זײן, געשען צוליב צװײ סיבות.
ערשטנס, װײַל די ערשטע ײדן, װאָס האבן זיך באזעצט אין דראהיטשין האבן געװאלט װוינען בײ דעם שליאך, לעבן הויפט־װעג. [פון דעם שטאמט אויך, דארף מען אננעמען, דער נאמען ״דראהיטשין״, װעלכער איז גענומען געװארן, װארשײנלעך, פון רוסישן ״דאראגא״, אדער פון פוילישן — ״דראגא״. צי דער נאמען ״דראהיטשין״ איז א רוסישער, אדער א פוילישער געבוי — קענען מיר נישט פעםטשטעלן. אין דער רוסישער שפראך װערט טאקע דאס שטעטל גערופן — ״דראגיטשין״. װײַל די רוסישע שפראך האט נישט קײן ״ה״. דאקעגן די װײס־רוסישע כאכאלן, װעלכע װוינען אין און ארום דראהיטשין זאגן אויף א ״װעג״ — ״דאראהא״, מיט א ״ה״, איז דערפאר, משמעות, פארבליבן דער נאמען ״דראהיטשין״ מיט א ״ה״. ] צװײטנס, איז צו דרינגען, אז די אמאליקע מאכט־האבער פון געגנט האבן נישט דערלויבט די ײדן צו באזעצן זיך אויף בארגיקן, טרוקענעם באדן. (און אפשר האבן די ײדן נישט געהאט גענוג געלד צו קויפן בעסערע ערד.) די אמאליקע מאכט־האבער זײנען, הפנים, געװען צופרידן אז די ײדן זאלן זיך באזעצן אין זומפ און עס אויספלאנטעװען און אויס־ קולטױוירן.
דע ר אלטער בית־עולם, װעלכער געפינט זיך בײם םו ף פון װיאן זאגט עדות, אז דאם גאנצע שטעטל האט מיט יארן צוריק מער נישט געגרײכט ביז דעם בריק, העכםטנס, ביז דעם קלויסטער, פון װאנען ע ם הויבט זיך א ן די זאמד־גאס, װעלכע איז פון יארן געװען באזעצט און באוװינט פון רוםישע נאטשאלניקעס און פויערים. ערשט די לעצטע יארן האבן זיך אויף דעם ״זאמד״ אויך ארײנגעריסן עטלעכ ע ײדישע פא־ מיליעס. [שפעטע ר מיט יארן, װען דער אלטער בית־עולם איז גע־ װארן פאר׳פולט (לויט אנדערע קװעלן: די מאכט האט מער נישט דערלויבט צו מקבר זײן דארט), האט קהל מחנך געװען א נײעם ״הײליקן־ארט״ װײט ארוים פון שטאט, אויף דעם בובין, און האט זיך גערופֿן דער ״נײער בית־עולם״. אין הלצה פלעגט מען זאגן־ ״ער איז אװעק אויף דעם בובין״... ]