274 דראהיטשין , 3 ?ו ר הו^ י נדרוח^נ ץ ״?יי ה זזצו ? דפולסיה ע' ובו סכוס נפ־רדס ה נ נ 0 1 < ןןזןןזזן/! וןז|!)! ח ןו\מ|? שסיצ ע אונזערע פאר קראנקע איז באשטאנען אין געבן אומ־ ? ס * ' * י י - * זיסטע מעדיצינישע הילף (װי אומזיטן דאקטאר׳ רעצעפטן א.א.װ.) װעדליק אונזערע הכנסות האבן דערלויבט. אין די פריערדיקע יארן האבן מיר אדיסגעגעבן אויף שטיצע פאר קראנקע פיל הונדערטער זלאטעס׳ װי צום בײשפיל־ אויף פארן צו א דאקטאר אין א גרויסער שטאט׳ אויף אפעראציעס, קינ־ פעטארינס־הילף׳ דאטשע׳ פיש־אײל פאר שװאכע קינדער׳ און נאך אזעלכע פארשידענע פאלן און מיר האבן טאקע א צאל מענטשן מטש געראטעװעט דאס לעבן. מיר האבן גענוג הארצװײטאג, װאס מיר קענען ניט אנט־ קעגן קומען און לינדערן די נויט פון די פיל געדריקטע און געפאלענע בעלי בתים חשובים׳ וועלכע קומען צו אונז שװארצן דעם פנים אין אן עת צרה׳ און מיר מוזן זיי אנטקעגנקומען מיט גראשנס׳ און איר װײס פילײכ׳ט האבן מיר אויף אונזער וו(,.\.':.!<וגעװיסן אויך אײניקע קרבנות׳ וועלכע װאלטן דורך געהע־ ריקער אונטערשטיצונג אין צײט געזונט געװארן. 50]
מיר װענדן זיך צו אײך, שװעסטער און ברידער, איר זאלט זען װי װײט מעגלעך ניט איבערלאזן אונז אליץ אין אונזער שװעטער פאראנטװארטלעכער ארבעט אין אזא ביטערער צײט װי יעצט, און דערמעגלעכן אונז צו לינדערן די נויט פון פיל אונזערע־אײערע ברידער און שװעסטער אין דראהיטשיין. מיר דאנקען אונזער חשובער טוערים אין שיקאגא, פרוי מלכה װארשאװסקי און אלע אירע מיטהעלפער פאר זײער מי. דער עװיגער זאל געבן דאס די צײט זאל װערן בעסער און מיר זאלן קענען העלפן די נויטבאדערפטיקע. פדעזעס: ױם ף דוד שו״ב; קאסיד; דוד װארשאװםקי; סעקדעטאר: אלטער קאדעליץ. * כאלאזשינער רכיכעט היל, ? פארן כרנור־חולים צו אונזערע ליבע שװעסטער און ברידער, פרײנד און סימ־ פאטיקער פון אונזער געזעלשאפט ״ביקור חולים ולינת הצדק״ אין טשיקאגא — פעברואר, 1932 איבערשיקנדיק אײך א באריכט פון אונזער טעטיקײט פאר דעם יאר 1931. בעטן מיר אײך צו באקענען זיך מיט אונזער ארבעט פון פאריקן יאר (1931), אין נאמען פון דער פאר־ װאלטונג פון ״בקו ר חולים״ און אין נאמען פון אלע ארעמע און געדריקטע, שװאכע און קראנקע װעלכע מיר שטיצן אונ־ טער אין א ן עת צרה, דאנקען מיר אײך פאר די 75 דאלאר. װי עס איז צו זען פון באריכט אונזערן, האבן מיר זיך אין דעם פאריקן יאר באגרעניצט אין אונזער ארבעט און די יהויפט דא פאלגט א צושריפט פון באװאוסט ן כאלאזשינער דבי ץ
ר׳ אליהו מרדכי לעװינאװיץ. [רעדאק.] איך בענטש די אלע װאס נעמען אײן אנטײל אין העלפן דער הייליקסטער הןברה פון אונזער שטאט ״בקו חולים״. ביי מיר שטייט אויך אײן פושקע װאס איך זאמל געלט פארן בקור חולים. זעט ײדן למעה״ש ניט לאזן חסושלום אומפאלן אזא הײליקן בנין זוארום אויב דער בקור חולים װעט זיך האלטן נאר אויף ךיהיגע גראישנס אלײן מוז ער אומפאלן. נעמט אײך מײן ברכה װאס עס גייט ארדיס פון אײן אנגעװײטיקטע הארץ פון ײדישע בקשות און צרות׳ איר זאלט ניט װיסן פון קיינעם קראנקײט. נאם אלי׳ מרדכי לעװינאװיץ. /ך//׳* / ? י ^ ^ י .%״׳./ '/ ■׳־׳״.מ ל■׳י ׳'***־8 י%^ '