Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 299
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-138

חורב ן או ן אומקו ם 295 1 שחימ ה פ ץ געמ א ב / 17 הונדער ט ײד ן אומגעקומע ן שב ת הא ט זי ך ע&ע ס געטהמל ט אי ן געט א א / מנח ם אווער ־

passage_5f3f1d3713daebfa28104517
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 140-1641

בוך און נאך אײניקע מיטגלידער פון הילפס־קאמיטעט האבן זיך געקריגט מיטן ײדנראט. די געשרײען זײנען דורכגע־ גאנגן אין געטא ב. װעגן װאס מ׳קריגט זיך האט קײנער ניט געװוסט. אינאװנט האבן זיך דערטראגן אין געטא בײדער גערױש פון דײטשע טאקסװוקעס װאם זײנען ארײנגעקומען אין שטעטל — דאם האט דער באפעלקערונג זײער שטארק ב^זומרואיקט. אזײגער 11 בײנאכט איז די געטא ב׳ אלאר־ מירט געווארן דורך ײדישע פאליציאנטן, מ׳זאל זיך גלײך שטעלן אױפן שטאט־מארק. װאס ם׳װעט זײן אויפן מארק אין אזא שפעטע ר שע האט קײנער ניט געװוסט. טײל;האבן אבער ׳ געטריבן פון א שלעכטן פארגעפיל, אנשטאט גײן אויפן מארק, געפרװוט אנטלױפן דורך פעלדער הינטערן שטאט אין װאלד ארײן. דא האבן זײ אבער באמערקט, אז אלע װעגן זײנען פארשטעלט מיט אוקראינישע און פוילישע הילפס־ פאליציאנטן, װעלבע טרײבן אין מארק ארײן. אויפגעװעקט פון שלאף, ארױסגעטריבן פון די הײזער, אראפגעשלעפט פון די בוידעם־ישטיבלעך, ארויסגעצױגן פון די קעלערן דורך ײדישע פאליציאנטן, זײנען די ײדן פון געטא ב׳ געטריבן געװארן דורך דײטשע רײטער־פאליצײ ביזן שטאט־מארק. דארט האט מען אנגעהײבן אראפציען בײ די מענער די ■שטױול פון די פיים, אראפגענומען די פידזשאקעס און צוגענומען די װערטפולע זאכן בײ די פרויען. דערבײ;האט מען בײ .אײ־ ניקע צעשפאלטן די קעפ מיט ביקסן־קאלבעם. ערש מ דאן האבן ײדן דערפילט װאס מ׳װיל טאן מיט זײ, און ס׳האט זיך אנגעהויבן א מורא׳דיקע ילל ה: ״שמע ישראל:״ ״גאט דער־ בארעם ;יך!״.. .

passage_2075485843b0b88ef4ed6eb4
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1643-2821

די ״אקציע״ האט געדויערט א 7 שעה. די ײדישע פאליציי האט מיט אײפער ארויסגעשלעפט ײדן פון באהעלטענישן און זיי געטריבן אין מארק ארײן, און פון מארק האט מען זיי געטריבן צו דער באן־סטאנציע. אויפן װעג זײנען דערשאסן געװארן חײם בער דער ציגעלניק, (אלטװארג). פםח לעװ, יעדער שוסטער און נאך אײניקע ײדן. פארן שלום פון דער אקציע האבן די דײטשן זיך ארומגעזען, אז םיפעלט זיי אן ערך 100 מאן צום מסיפר פון די „װערטלאזע י־דן״ װאס דער ײדנראט האט זיי אנגעגעבן, דערפאר האבן זײ, אלס שטראף, גענומען נאך עטלעכע הונדערט ײדן פון געטא אײ און די יידישע פאליצײ, װי אויך דעם יידן־ראט. אלע, אן ערך 17 הונדערט מאן, זײנען זונטאג אפגעפירט געװארן מיט דער באן קײן בראנע־גורה (א 17 קל״מ פון קארטוז־בערעזע), און דארט ארויפגעטריבן געװארן אויף מינירטע פעלדער ווו זײ זײנען אויפגעריסן געװארן. צוזאמען מיטן געטא ב׳ פון דראהיטשין זײנען דאן אומגעקומען אויפן זעלבן ארט דער גרעסטער טייל פון די אנטאפאלער און קאברינער ײדן. פון ײדנראט זײנען נאך דער ״אקציע״ פארבליבן בײם לעבן בלויז דרײ פערזאן. צװײ האבן זיך אויסבאהאלטן. זײ זײנען שפעטע ר אויך אומגעקומען...

passage_6b0a1322055057f42f4dc620
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2823-4237

מײן גאט, װער עס האט געהערט די אימה׳דיקע ״שמע־ישראל׳ם״ פון די ארויםגעפירטע פון געטא ב׳, געזען און דורכגעלעבט דאס װאס איך האב צוגעזען און איבערגעלעבט װעט עס קײנמאל נישט פארגעסן און קײנמאל קײן רו נישט האבן. דאס סאמע טײװלאניסטישע אין דעם אלעמען איז װאס ײדן האבן געפירט ײדן צו דער עקידה... אײן ײדישער פאליציאנט, א ױריסט, האט געפירט זײנע אײגענע עלטערן צום פארניכטונגס־פלאץ... א צװײטער האט געשלעפט ײדן פון די בוידימער גלײך צום טויט און אזוי כםדר. * ר־וערד־). — די דאזיקע שרעקילעכע און שוידערלעכע הריגה פון אונזערע טאטעס און מאמעס, ברידער און ע^ועמסטער דורך די דײטשישע מערדער, איז אײגנטלעך פארגעקומען זונטאג, י״ב אב, תש״ב — 26טן יולי, 1942, אבער עס איז שוין געװארן א חזקה צו האלטן יארצײט נאך די קדושים פון געטא ב׳ — י״א אב, װאס איז דאן אויסגעפאלן שבת־נחנזו, דעם טאג, אין װעלכן די אומגליקלעכע זײנען פארנומען געװארן צו דער שחיטה. הי״ד! [רעדאק.] ר׳ משה מענדל און גאלדע־הינדע מיילנער, ע״ה. גאלדע־הינדע, א טאכטער פון ר׳ ניסן פון כאמסק איז געשטארבן כ״ג טבת, 1918. ר׳ משה מענדל ב״ר טודרוס־ליב, אן אפשטאם פון דעם גאון און מקובל, ר׳ דוד׳ל יפה, זצ״ל, איז אומגעקומען. די מילנער׳ס האבן געהאט 6 קינדער: אײדל־חיה, אסתר־נעכה (אומגעקומען), סאפיע (קאליפארניע), טודרוס־ליב, ניסן און אהרן־יצחק אין שיקאגא. זען זײט 117 און 190.

passage_23e35f7d89a805b69ba99d98