Original scan
Original memorial-book scan 301
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1324

חורבן און אומקזם 297 װערן א מיטגליד פון נײעם ײדנראט און בלײבן אין שטאט , אין דעם הויז פון זײנע עלטערן , אדער גײן אויף ארבעט אין לאגער ראדאסטאװ . ער האט אויסגעװײלט דאס לעצטע . אינצװישן זײנען די הײזער פון געטא ב׳ באזעצט געװארן דורכ קרימטן פון דראהיטשין און אומגעגענט און די מעבל , זאכן און פארמעגנס פון די ארויסגעפירטע ײדן זײנען אויפגע־ זאמלט געװארן דורכן נײעם ײדנראט אין באזונדערע מאגא־ זינען . די ערשטע טעג נאכן חורבן האבן ײדן אין דראהיטשין געהאפט , אז נאך דעם גרויסן בלוט־אפפלאס װעלן די פאר־ בליבענע האבן ד ז א לענגערע צײט . אבער גאנץ שנעל האבן זײ זיך אנטוישט אין זײער האפענונג . דער ערשטער חורבן איז געװען נאר אן אנהויב . נאך אים זײנען מיט ריזנשדי ט געקזמען װײטערדיקע חורבנות . ז ♦ דײטשן הײנענג דרײ ײדישן ױנגעלײט אײניקע טעג נאכן חורבן געטא ב׳ האבן די דראהיטשינעד בחורים , װעלכע האבן געארבעט אין לאגער פעטראװיטש (צװישן קאברי און בריסק) , אנגעהויבן צו אנטלויפן פ1־ן לא־ גער . טײל האבן זיך געריסן אין שטאט ארײן דורך די װעלדער און דורך ראדאסטאװער לאגער , װעלנדיק זיך דערװיסן גענוי וואס איז געװארן מיט זײערע עלטערן און פרײנט פון געטא ב׳ } און טײל האבן געזוכט װעגן צו די פארטיזאנישע גרופן , װעלכע האבן שוין צו יענער צײט געארבעט אין די װעלדער .

passage_f55c8ffce65be2f07d3c8714
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1326-2636

קײן דראהיטשין איז פון פעטראװיטשער לאגער געקומען שלום זאװעלאװסקי (זון פון קרעמער יהושע זאװעל^יוסקי) . אינדערזעלבער צײט זײנען קײן דראהיטשין געקומען מיט א דערלויבעניש פון דער לאגער־פארװאלטונג עטליכע אר־ בעטער פון ראדאסטאװ, צװישן זײ די ברידער טענענבוים (זיז פון שרה חנד, טענענבוים אויפן ״זאמד״), װעלכע האבן גע־ טענד״׳ט, אז זײ מוזן נעמען נקמה אין ײדנראט פאר דער פאר־ שיקונג פון זײער מוטער. די דײטשן האבן זיך דעחװםט װעגן דעם און באפוילן דעם ײדנראט צו הײעען די ױעעלײט . נעבן אלטן בית־המדרש איז אויפגעשטעלט געװארן א תליד, און די ײדישע ״מורדים״ זאװעלאװסקי און די בדידער טע־ נענבוים זײנען געד,אנגע ן געװארן דורך דער ײדישער פאליצײ . די עקזעקוציעס האבן אין שטעטל און אין די ארומיקע לאגערן געמאכט א דערשיטערנדיקן אײנדרוק . ײדן ד<אב ן מיט־ אמא ל דערזען, אז זײער לעבן איז זײע־ד ביליג ניט נאר בײ די דײטשן, נאר אויך בײם ײדנראט און ײדישער ^ליצײ . עטלעכע טעג נאך די תלױת אין דראדדטשי ן זײנען אכט פעטראװיטשער פליטים געכאפט געװארן אויפן װעג קײן רא־ דאסטא װ דורך אוקראינישע פאליציאנטז . ישראל רימלאנ ד (אײניקל פון דער ״דונערטשע״) און אבא אדעלסקי (ז ץ פון גראדנער מגיד ) ד,אב ן זיך געװארפ ן אויף די פאליציאנטן מיט מעסערם און געשטעלט א װידערשטאנד . ז ײ זײנע ן דעחשאם ן

passage_1591b11595eac1936bf85b53
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2638-3967

געװארן אויפן ארט. די אנדער ע זעק ס זײנען געבראכט גע־ װארן קײן ראדאסטאװ, װאו ז ײ האבן אײן טאג געארבעט צוזאמען מיט אלע דראהיטשינער, װיעטלער און קאלאניער ײדן און אויפצומארגנס האט מען זײ אפגעזונדערט און דער־ שאםן. ח. א ״גוטער דײטש״ שיסט א ײדישע מײדל א קורצע־צײט־נאך דער טראגעדיע ״׳פעטרא־ויטשער פליטים״ איז אין לאגער ראדאסטאװ אומגעקומען א יידייש מײדל (מיטן נאמען חיה) פ׳ו ן דױוין, וועלכע האט א צײט לאנג געארבעט אין ראדאסטאװער לאגער, נושא חן געװען בײ ר־ • ישראל און אסתר־רח ל קראװעץ און קינדער. פון רעכטס: פעשקע, לאה (שנור) און מסז ה און זײערע קינדער, און הילפם־ מײדל הויזמאן. אלע זײנען אומגעקומען. הי״ד. דער דארטיקער דײטשער פארװאלטונג און האט זיך באפרײט פון דער ארבעט גראד א קורצע צײט פאר דער ״אקציע״ אין איר הײמשטעטל. װען דער אומגליק איז געשען און דאם שטעטל איז פארניכטעט געװארן איז איר געלונגען צו אנט־ לויפן קײן ראדאסטאװ. דער קאמענדאנט ׳פון לאגער, דער יעפרײטע־ר מארטין, האט איר א,יפגענומען, פארבעטן צו זיך אויף מיטאג, זיך געװיצליס־מיט איר און צוגעזאגט אײנארד־ נען איר אין לאגער. נאך מיטאג האט ער איר ארויסגערופ ן אויף א שמועס הינטער א שײער און איר דערשאםן... נאכדעם האט די ״גוטע״ דײטשישע בעסטיע געשיקט א פאר יידן זײ זאלן דאס מײדל באגראבן...

passage_fbb72855472f278b8b2a92da
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3969-4505

דער זעלבער מארטין פלעגט אפט באזוכן די לאגער־ארבעטער נאך די ארבעטס־שעהן, שמועסן מיט זיי און דערציילן װעגן דעם, װיאזוי ער האט אין פארשײדענע ערטער געראטעוועט ײדן פון אומקום. יעדע באזוך ד,אט דעם לאגער געקאסט גאנץ טײער. דער קאמענדאנט פלעגט שטענדיק מאכן באשטעלונגען ביי די ארבעטער: אמאל האט ער געדארפט גאלד אויף צײנער פאר זיך, אמאל פאר זײן פדײלין, אמאל האט ער באשטעלט א פוכענע קאלדרע, א גוטן פוטער אדגל. דראהיטשינער ײדן אין ראדאםטאװ האבֿן מיטגעבראכט מיט זײ און

passage_9897cadfea4f2182f5c54d77