Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 307
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1305

חורבן און אומקום 303 יג. רופישע ארמיי ראטעװעט די ײדן אין די װעלדער פרילינג 1943, האבן אלע ״גליקלעך געראטעװעטע״ גע־ טאפט זיך אין װאלד אין אזאנע, װאם איז באהערשט געװען דורך סאװעטישע פאדטיזאנער (אדום דארף בילינקע) און דארט געלעבט אין צװײלע לאגערן (בונקערס) ביז אנהויב 1944. אנהויב 1944, מיט דער דערנענטערונג פונם קריגם־פראנט, זײנען די פארטיזאנער אװעק אויף ״יענער זײט גרענעץ״, דער סאװעטישער ארמײ אנטקעגן. די דראהיטשינער װאלד־יידן זײנען נאכגעגאנגען די פארטיזאנער. די עלטערע לײט, ■פרזיען און קינדער האבן זיך אפגעשטעלט אין די באפרײטע שטעט־ לעך ארום ראװנע. די ײנגערע האבן זיך מאביליזירט אין דער סאװעטישער ארמײ און אין אידע רײען געקעמפט, שטעט און לענדער באפרייט, גענומען נקמה אן די דײטשישע רוצחים, דאס אײגענע לעבן געראטעװעט און זײער צער און צארן... ניט געשטילט כמעט אלע געראטעװעטע האבן באזוכט דראהיטשין נאך איר באפרײאונג און זיך אנגעזאפט מיט פריש־באנײטן צער און צארן. עשר קינדער זיצן אין די געצעלט פון יעקבץ׳ פוצן זיך אין ײדישע בגדים אץ רויכערן די בלעטער פון ײדישע םפרים. אויסגעברוקירט זײנען געװארן דראהיטשינער גאסן מיט ײדישע מצבות פון אלטן און נײעם בית־עולם. פיר־ און צװײ־פיםיקע חזירים ריען זיך אין ײדיש האבאץ גוטם...

passage_c522d8a4ffdb0ab8bae8420b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1307-2435

שװער, מורא׳דיק שװער, איז דעם שדײבער פון די שורות געװען עם צו זען. א צעבראכענער איז ער, דער נקמה־נעמער און באפרײער פון דראהיטשין, אנטלאפן פון זײן הײם־שטעטל, באדויערנדיק װאס זי איז נישט פארװישט געװארן צוזאמען מיט די גוטע און שלעכטע ״ױרשים״ פון דעם געװעזענעם ײדישן ײשוב. דאס שטעטל כאמסק האט געטײלט דעם גורל פץ איר ײדישע באפעלקערונג. ניט געבליבן פון איר קײן זכר. דראהיטשין, מײן הײם־שטעטעלע דראהיטשין, נישט גע־ בליבן איז דאך בײ דיר קײן שפור פון א ײדיש־לעבן... דרא־ היטשין, פארװאם ביסטו נישט פארװישט געװארן צוזאמען מיט דײנע ײדישע קינדער?! — פאתואם?! װאו איז יאנקעלע? ״רן^ןטעװע זיך מײן קינד, ^זנטלוי ף אין װאלד״, אזוי האט דער טאטע, לײבע פעלדמאן פון דראהיטשין, געזאגט צו זײן 9־יעריקן יאנקעלע, װען זײ זײנען געלאפן פץ די דײטשע קוילן, װעלכע האבן אװעקגעלײגט טויט צענדליקער ײדן פיו ן ראדאסטאװער לאגער. דער טאטע לײבע און די מוטער ליבע זײנען געפאלן דערשאסענע, אבער דער קלײנער יאנקעלע האט איםגעפאלגט דעם טאטנס צװאה און איז װײטער געלאפן אין װאלד אריץ. (זען זײט 223 און 302.)

passage_06c93364a0515dd0a395512a
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2437-3681

אין װאלדהאט יאנקעלע געטראפן נאך ײדן, װעלכע זײנען ניצל געװארן פון די דײטשישע רוצחים. צחאמע ן האב ן ז ײ זיך אויםבאהאלטן אין א זעמליאנקע אין װאלד און דערנערט זיך מיט א קארטאפלי א טאג. װען די עלטערע ײדן פלעגן זיך ארזיםלאזן אין װאלד צו זוכן שפײז, פלעגט יאנקעלע היטן דעם פײער, װעלכן מען האט געמוזט אנהאלטן טאג און נאכט װי דעם נר־תמיד, װײל עס איז נישט געװען קײן שװע־בעלאך צו מאכן א נײעם פײער. אזוי האט זיך דער קלײנער יתומ׳ל אפגעפײניקט צוזאמען מיט אלעמען ביז 1943. שפעטער, װען די ראדאםטאװער געראטעװעטע זײנען גע־װארן ארײנגענומען אין פארטיזאנער לאגער, איז די לאגע פון קלײנעם יאנקעלע פארבעסערט געװארן. חיה תידע ר פון דראהיטשין האט זיך פארנומען מיט דעם קלײנעם יתומ׳ל און געזארגט פאר אים װי א מוטער. זומער 1943 איז יאנקעלע אנגעקומען פאר א פאםטוכל צו א פויער אין א דארף. דער קלײנער האט זיך אויםגעלערנט די װײם־רוסישע שפיראך, האט געקענט טאנצן די גוישע טענץ און זינגען זײערע לידער, האט דער פארשטעלטער ײדישער פאסטוכ ל געטאנצט און געזונגען פאר די גוײם (זײ האבן אים אנגענומען פאר אן אײגענעם) און געהאפט אויף דעם מאמענמ, װען ער װעט קענען פארן צו זיץ פעטע ר יוס ף פעלדמאן קײן שיקאגא...

passage_ffdb2c6525e33c854c5dace4
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3683-4433

װען די באפרײאונג איז געקומען אין 1945 און אלע װאלד־ ײדן האבן זיך גענומען אומקערן צו זײערע הײם־שטעטלעך״ האבן זיי אינגאנצן פארגעםן אן דעם קלײנעם ײדישן פאס־ טוכל אין דארף. א רוםישער אפיציר האט יאנקעלן ארײנ־ געגעבן אין א קינדער־הײם ערגעץ אין רוםלאנד און פון זינט דאן האט מען פון יאנקעלן מער נישט געהערט... פאר דעם פעטע ר פון יאנקעלן איז עם א גרויסע טראגעדי צ אץ הארץ־װײטאג. קלאגט ױםף פעלדמאן: פאתואס יהאבז די לעבן־געבליבענע דראהיטשינער פארגעםן אן מײן יאנקעלען ז זיי האבן דאך געקענט אים מיטנעמען מיט זיך. יאנקעלע װאלט געהאט אן אמת׳ע הײם בײ מיר און איך װאלט געװען זיץ טאטא און מאמע... איז מײן יאנקעלע נישטא... פאדװאס האט דאס געדארפט אזוי זיץ..? ד.װ.

passage_6bb2f1e6caae7b1d72ec4ea6