Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 310
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-965

306 דראיהיטשין פון רעכטס: פעשקע שװארץ־פעלדמאן, יעקב פעלדמאן חנה גינגאלע מאיר װידל פעלדמאן יוסף פעלדמאן און מאטקע גינג^ןלד. אלע, אזױץ מאטקע, זײנען אומגעקומען, הי״ד! םפאזמירט, מײנענדיק, אז מען װעט זײ אלעמען אומברענגען. אבער גאט האט געהאלפן, נאך א טאג ארעסט זײנען אלע ײדן באפרײט געװארן. דאן האבן די דײטשן באפוילן די ײדן צוצושטעלן עטלעבע קילא גאלד. די פאליציאנטן פון ״ױדען־ ראט״ זײנען געגאנגען פון שטוב צו שטוב און האבן גענומען אלעס װאס די דײטשן האבן געפאדערט. פריער איז געװען גאלד, און אז דאס גאלד האט זיך אויסגעלאזט, האבן זײ גע־ נומען קאקאא, פוכענע קאלדרעם., קישנס, מענער קאסטױמען און םתפ םחורה. אלעס האט באדארפט דער ױדענראט צו־ שטעלן פאר די דײטשן, אויך מענער און פרויען פאר אר־ בעט. דערבײ פלעגן זיך אפשפילן טיראגישע םצענעם צװישן די ײדן און דעם ױדענראט און זײנע פאליציאנטן... שפעטער האבן די דײטשן פארארדנט יע חײדן אנצו־

passage_b102564046d8aa93a5f15965
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 967-2036

נײען א געלער לאטע אויפן הארצן און אויף דער פלײצע און אויף יעדער ײדישער שטוב האט געמוזט זײן אנגעקלאפט א מגן־דוד. עם איז געװען פארבאט צו רײדן צו א קריסט, אדער ארײנײן אין א קרימטלעכער הויז. די בהמות האבן די דײטשן נאך נישט געהאט צוגענומען פון אונדז, האבן מיר זײ געמוזט אליץ פיטערן אויפן פעלד, טא װאם טוט מען האבן מיר זיך צוגויפגענומען א 16 פאמיליעם, װי: יעק ב פעלדמאן, משה האכמאן׳ מאיר לײב דער שטעפער, ליפמאן פעלדמאן, אברהם יצחק אײזענשטײן, זעליק פעלדמאן, זײדיל לעװ, שמחה פערקאװסקי, שמואל םניטאװסקי א.א. און מיר האבן צוזאמען געפאשע ט די בהמות אויפן פעלד. אײנמאל האבן יעק ב פעלדמאן, אברהם יצחק אימענשטײן און שמואל סניטאװםקי געטריבן די בהמות אין פעלד. אויפן װעג זײ־ נען זײ געװארן איבערגענומען פון עטלעכע דײטשן, װעלכע האבן זײ אנגעטאן זעק אויף די קעפ און מיט גומענע שטעקנס זײ געטריבן עטלעכע קילאמעטע ר ביז זײ זײנען געפאלן אין אנמאכט. אזוי האבן אונ ת די רוצחים געמאטערט א יאר צײט. אויפן צװײטן יאר, שבועות־צײט, האבן די דײטשן בא־

passage_6bcb2c941993ce3660b4e2d3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2038-3037

פוילן צובויען פאר אונז א געטא. זײ האבן אויסגעבויט א הויכע װאנ ט בײ די פענצטער אין דער גאנצער לענג פון דער גאס פון בריק ביז זאריטשקי, די זײט װאס צום שול־הויף, און ארומגענומען עס, מיט שטעכיקע דראטן, און דאס האט געזאלט זײן די געטא. די אנדערע זײט פון דער גאס איז געװען אויסער געטא. אז די געטא איז פארטיק געװארן, זײנען אראפגעקומען די שװארצע מחבלים, די ס. ם.־דײטשן, װעלכע פלעגן מיט זײער קומען אנװארפן א שרעק אויפן שטעטל. װער ם׳האט נאר געקענט האט זיך באהאלטן. די ם. ־ ם.־דײטשן זײנען געגאנגען פון שטוב צו שטוב און קיעע ם פון די מענער נישט געפונען. זײנען זײ ארײנגעפאלן אין א רציחה און ד״אב ן ארעםטיר ט דעם רב אלם ערוב׳ניק. די רביצין איז דעמ אװעקגעלאפן צום רוםישן גלח און צום פוילישן קסיאנדז און זײ געבעט ן אז זײ זאלן ראטעװען דעם רב פון טויט. די קריםטלעכע גײםטלעכע זײנען גלײך אװעק צום עלטםט ן פון די ם.ס.־ע ר און האבן אים אויסגעבעט ן פון די הענט פון די משחיתים.

passage_b789a4d16f58663e4afb0721
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3039-3739

אויפ מארגן האבן זיך די ייִדן אנגעהויבן קלייבן אין געטא ארײן. אין דער געטא האבן געזאלט ארײנקומען בלויז געזונטע מענטשן און ארבעטער, האט זיך אנגעהויבן א האנדל מיט נפשות. ארבעטער זײנען איבערנאכט געװארן אויס ארבעטער און נישט־ארבעטער זײנען געװארן ארבעטער... מענטשן מיט פראטעקציע און מיט געלט, װאם האבן געקענט באצאלן, זײנען ארײן אין געטא. די אלע איבעריקע, ארימע ארבעטער און די שװאכע, זײנען געבליבן אויסערן געטא. זײ זײנען געװען אויסגעשטעלט אויף הפקך. די ייִדן פון געטא זײנען געגאנגן ארבעטן אין ״ארטעל״, פרויען האבן געארבעט אין דער זועשערײ, געשטריקט סװעטערס און דערפאר האבן זײ געהאט א רעכט צו באקומען זייער אויסגע־

passage_f774c275562be26ae4d1c885