Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 315
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-803

311 11 ורבֿן אונ אומקוק פון רעכטס: ראדיע ראזענבערג, איטקע א חײם װאלעװעלסקי / מרי ם צירלם. שטײען: לײבוש א ס צאטקע סליעפ, חײמ׳ס טאכטער. — לינקס: מרדכי רבקה, חנה װאלװעלער, שמשונס אײניקלעך. אחוץ ראדיען אלע אומגעקומען, הי״ד! האנט׳ שרײבנדיק די דאזיקע װערטער... נאך לאנגע מא־ טערנישן׳ קריכנדיק איבער גראבנ ם מיט װאסער, בין איך צוגעקומען צום בית עולם. עס האט פון מיר גערונען טײכן װאסער, און די קעלט האט געשניטן דאס לײב. פון בית עולם בין איך אריבער די גערטנער און דעם בריק און זיך דער־ לאזט צו יאסל שינדערס גארטן. פון דערװײטנם האב איך געהערט די קולות און די געװײנען פון געטא. איך װונדער זיך הײנט אויף מיר אלײן, װאו האט זיך דאס גענומען צו מיר אזויפיל כח און מוט איבערצולעבן אזעלכע טראגעדיעס...

passage_6854b13f8ebc59961921510f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 805-2028

בײ שינדערן אין גארטן האב איך מורא געהאט צו פארבלײבן, װײל איך האב באמערקט, אױ דארט דרײען זיך ארום מענטשן. איך האב זיך געלאזן װײטער, אין דער פינצטער, צו די קראםנא־אוליצע גערטנער. איך בין גע־ שפרונגען און געקראכן אין טיפה גראבנם מיט װאסער און זיך דערשלעפט צו זײדל לעװ׳ס גארטן, װו ס׳איז אמאל געװען נחום שעװינסקי׳ס גארבארניע. דארט איז געשטאנען א גרוי־ מער סטײג שטרוי • איך בין ארײנגעקראכן אין סטײג־שטרוי און דארט אפגעזעסן 3 טעג. איך האב אפגערעדט מיט רא־ מאנאװסקין, אז אויב איך װעל זיך ארױסראטעװען פון געטא, זאל ער מיר זוכן ארום סטײג־שטרוי. ג־ט האט געהאלפן, אויפן דריטן טאג, בײנאכט, איך הער אימיצער גייט און דאן א פײף. זיכער בין איך נישט געװען אז דאס איז ראמאנאװסקי, אבער איך האב באשלאסן ארויסצוגײן פון מיץ באהעלטעניש, װארום װי לאנג נאך קען איך אזוי זיצן אין שטרױ אן עסן? איך װעל דאך סײ װי םײ שטארבן פון הוגגער, זאל זײן װאס עס איז... איך שטעק ארױס דעם קאפ און דערזע ראמאנאװסקי׳ן. קום, זאגט ער צו מיר. איך האב שױן צוגעגרײט א פלאץ פאר דיר. מיר זײנען געגאנגען פאמעלעך, זיך געשארט בײ די װעגט ביז מיר זײנען בשלום, ג־ט צו דאנקען, צוגעקןמען

passage_5dea305758f9c0e253dadbec
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2030-2478

צו אונדזע ר שטאל. אי ן דע ר פינצטערני ש הא ב אי ך דערזע ז א גרוב, װא ם ראמאנאװסק י הא ט צוגעגרײ ט פא ר מיר... אי ך בי ן לעבעדיקערהײ ט ארײ ן אי ן גרוב, או ן ראמאנאװםק י הא ט אנגעהויב ן פארמאכ ן ד י גרו ב מי ט ברעטע ר או ן ערד. אוי ף דע ר גרו ב הא ט ע ר נא ך ארויפגעשטעל ט א קאםטע ר האלץ. נעב ן װאנט, הא ט ע ר געלאז ן א קלײנ ע לאך, דור ך װעלכע ר ע ר װע ט מי ר דערלאנגע ן עס ן או ן אי ך זא ל קענע ן אטעמען... געלןןב ט אי ן א גרו כ דר ײ יא ר

passage_c29a72fabeb7dbc084b69614
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2480-3768

איצט האט זי ך אנגעהויבן פאר מיר דער אמת׳ער גיהנום. פינצטער און ביטער איז מיר געווען אויפן הארצן און גאך פינצטערער איז מיר געווען אין גרוב, װו איך האב ביינאכט נישט געזען די ליכטיקע שײן... איך האב געמײנט, אז איך װעל דאס נישט איבערטראגן. נאר ביסלעכװים האב איך זיך אנגעהויבן צוגעװינען צו די צרות. עס האט שוין מיר נישט געארט, װאס מײז און טאראקאנעם האבן געטאנצט און גע־ קראכט איבער מיר, אויב מען װעט ארויס מיטן לעבן. ראמא־ נאװסקי פלעגט קומען און דערצײלן מיר, אז די דײטשע פא־ ליצײ קומט צו אים אלע טאג און זוכט אומעטװס אין שטוב, אויפן בוידעס. זײ האבן א חשד אז די ״ײדישקע״ מוז זיך דא אויסבאהאלטן. איך בין געווען אין אײנע שרעק. ראמאנאװ־ סקי האט מיר אויך דערצײלט, אז די דײטשן פון פאסט זײ־ נען געגאנגען נעמען די ײדישע זאכ ן נאכן ליקװידירן די געטא, האט זײ דיס . ד . געכאפט מיט די ײדישע זאכן און מען האט זײ דעם זעלבן טאג אפגעשיקט אויפן פראנט. ביטער און פינצטער איז מיר געווען װען ראמאנאװ־ סקי פלעגט קומען צום גרוב א שיכורער און אויסגיסן צו מיר זיץ גאנצן צארן; ״װאם האסטו זיך אנגעזעצט אויף מיר — פלעגט ער שרײען — איך בין צוליב דיר שוין גרוי געװארן׳ איך קען קיץ נעכט נישט שלאפן צוליב דיר, גײ דיר װו דו

passage_4fc7721074c463dea56aee31