דאס שטעטל 27 טרינקען װײניק. אויסטרינקען א קװארטירל שנאפס מיט אײנמאל פון פלעשל, איז בײם פויער געװען א שפײ. און װער רעדט נאך׳ אז ער האט ארײנגעקערט א האלב קװערטל׳ האט ער שוין דאן גאר פארגעסן דעם רעכענונג... און פלעגט אװעקפארן אין דארף מיט לײדיקע קעשענעס... עס איז רעכט געװען, אז א פויער זאל פארטרינקען א פערד אדער א בהמה... נאך דאזא יריד פלעגן די ייִדישע קרעמער אראפגײן פון טאג מיט א היפשן פדױן, װעלכס האט זײ געקענט קלעקן אויף א לענגער צײט. מלאכה און האנטװערקערטופ פון די ייִדישע בעלי־מלאכות, װעלכע האבן אממײנסטן גענאסן דירעקט פון פויער זײנען געװען די טאנדעט־שוס־ טער, שנײדער און קירזשנער. עס זײנען געװען צײטן, װאס דער װײס־רוסישער כאכאל האט גארנישט געװוסט װאס א סירקע בוים, די שנײדערין, מיט אירע ארבעטארינס לעבן איר שטוב
לעדערנער שטױול איז, זײן גאנצע הלבשה איז באשטאנען פון א פאר ״פאסטאלעס״ (פון פריטלאך אויסגעפלאכטן) מיט שמאטע ספארשנורעװעט אויף די פיס און א לאנגע העמד, א פאר הויזן (פון גראבן ליװונט) און א סװיטקע אדער א ״קאזשוך״ אויפן לײב, אין דעם הילו ך איז ער געגאנגע ן סײ זומער און סײ װינטער. דעם מאטעריאל פאר זײן הלבשה פלעגט דער פויער אלײן פראדוצירן ז אלײן אויסװעבן זײן לײװנט, אלײן אויסקלאפן זײן סארט געװאנט און שעפסן־ פעל און אלײן עס אויפטשאבן. אבער פון זינט דער פויער איז געװארן מער באװוסטזיניקער האט ער זיך אנגעהויבן קלײדן לײטישער. גאר באזונדערס, האבן שנעל איבערגעכאפט די ״קלײדער־מאדע״ די שטאטישע פויערים. דער פויער און פויערטע האט געמוזט אנקומען צום ײדישן שוסטער נאך א פאר שטױול און שיך. אמת, די שטױול זײנען געװען גענײט טאנדעט, גרויס, האמעטנע, פון גרעבסטן ױכט־ לעדער, מיט אײזערנע ״פאדקאװעם״ ארום די אפצאסן, וואס האט געמאכט א שאקירנדיקן אײנדרוק. אבער דאך האט דאס געהײסן א גרויםער שריט פאררויס. דאס זעלבע האט דער פויער געװאלט, אז זײן םװיטקע, קאזשוך, און אפילו זײן ״טשופאכע״ (היטל), זאלן אויפגענײט װערן ביי א ײדישן שנײדער, אדער קירזשנער. די לעצטע צײט זײנען שוין געװען פיל פויערים, װעלכע האבן זיך געלאזט אויפנײען קארטענע און געװאנטענע קאםטױמע ן ביי ײדישע שגיידערם.
א שמיד שטעלט אויס אײן מארק א װאגן צו פצרקױפן, זומער, 1935 דער פויער איז נישט געװען קײן מײםטער מיט דער שער און נישט מיט דער אל. דאקעגן, די אנדערע ײדישע בעלי־מלאכות, װי בויארעם, מוליארעם, םטאליארעס, מאליארעם, האבן ניט געקענט מאכן קײן לעבן פון פויער. מחמת, װי עס איז באװוםט, איז כמעט יעדער פויער א מײסטער מיט דער האק און מיט דער זעג. האב ע טאקע די פויערים אלײן געבויט זײערע הײזער און שײערן, װעלכע זײנען געװען דורכאויס פון האלץ, פיל פון די פויערים פלעגן אפילו אלײן אויפלעכט ןזײערע אװו נם . זעלט ן װען, אז א פויער האט גענוצט א ײדישן מוליאר אדער סטאליאר. קיק מאליארעס האט ער אװדאי נישט געדארפט. דערפאר האט ער געמוזט אנקומען צום ײדישן גלעזער אויף אנצוגלאזן אים די פענסטער. דער פויער האט אויך געמוזט אנקומען צום ײדישן שמיד אויף צו פארריכטן אים זײן ״פלו״ (אקער־אײזן), אפצושמידן די רעדע ר פון װאגן, אונטערצושמידן דעם פערד פאדקאװעס א.א.װ. געלעבט פון פויער האבן אויך די ײדישע רימערס,