318 דרא האיטשין נחמיה און מירל זישוק, זײערע טעכטער און אײדעמס: יאמפע, עטל, העניע, לײבע, משה א.א. אלע אומגעקומען, הי״ד! זענשטײנס הויז. די בעסטיעס האבן דאן גענומען שפרה שװארצבערג, שרה לינדמאן, ליטמאן און נאך ײדן, צוגע־ בונדן זיי צו א פערד און אים געלאזט לויפן איבער דעם שטײנערנעם ברוק מיט די קרבנות, וועלכע זײנען צעקלאפט און צעריסן געווארן אויף שטיקלעך... די געשרײען און קולות פון די אומגליקלעכע, וואס זײנען געגאעע ן ביז צום הימל, קלינגען מיר נאך עד היום אין די אויערן... די איבעריקע ײדן האבן די דײטשע רוצחים אוועקגעפירט אין ראװינער הויף און מיט מאשין־ביקסן פארענדיקט דארט זײערע לעבנס. א פאר טעג שפעטער זײנען די מערדער געקומען צו מיר אין הויז, וווּ די רומען האבן געהאט זײער סקלאד פון בראנפן, און געפאדערט פון מיר איך זאל זיי געבן שנאפס. איך האב געװײנט מיט בלוטיקע טרערן און זיי געזאגט, אז די רוסן האבן אלעס צוגענומען מיט זיך. די דײטשן האבן מיך געשמיסן מיט בײטשן און מיין מאן משה׳ן האבן זיי פשוט צעקװעטשט דאס לייב. לסוף האט דער ״ױדענראט״ געהײסן מיין מאן אוועקצופירן פערד צו דער ם.ם. און ער איז שוין פון דארט נישט צוריקגעקומען. גלה און רוש ראטעווען דעפרכ און 30 ײדן פון טויט
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1254
passage_2e2054e38476ddbd3a550684
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1256-1973
קורץ נאכדעם האבן די דײטשן ארויפגעלײגט אויף דער שטאט א צווייטע קאנטריבוציע. אבער, אז מער קײן גאלד און געלט איז שוין נישט געװע ן האבן די מערדער גענומען 35 ײדן מיט דעם רב פון שטאט אלם ערוב׳ניקעם, אויב מען װעט זײ נישט געבן די געפאדערטע םומע געלט, װעלן זײ אומברײנגע ן דעם רב מיט די 35 ײדן. דער םטא־ רעסט פון שטאט, דער אלטער ״םטראפקע״, האט זיך אײנ־ געשטעלט פארן רב מיט די ײדן׳ אבער עס האט נישט גע־ האלפן. די פרויען פון די ארעםטירטע ײדן און די רביצין זײנען דאן צוגעפאלן מיט תחנונים צום גלח פאלעװסקי, אז דעם גלח׳ס הויז און סאד, הינטער װעלכן די דײטשן האבן דערמארדערט ךי ײדן פון געטא א׳ און דארט זײ באגראבן, הי״ד 1
passage_96d10c5da489425a44122f61