Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 329
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-814

חורבן פון אומקום 325 אוקראינישע נאציאנאליסטן מארדן אין די וועלדער אין 1943 האבן זיך אין די וועלדער געשאפן באנדעס אוקראינער ׳״בולבאװצעם׳/ װעלכע ציען זייער שורש פון דעם טדויעריק־בארימטן, אוקראינישן ײדן־מערדער׳ טאראם, בול־ בא׳ ימחשמו: און די באנדעס פלעגן באפאלן פארטיזאנער און אונז מדן בפרט. זיי פלעגן אויך אויס׳הרג׳ענען פויערים און פאליאקן, װעלכע זײנען געװען קעגן די דײטשן. געװער האבן זיי געהאט װײניק, האבן זיי גענוצט העק, קאםעס און מעסערס. זיי פלעגן לעבעדיקערהײט אויסשנײדן די צינגער, אויסשטעכן די אויגן און שנײדן שטיקערװײז פון מענטשן. דאס לעבן איז װײטער געװארן ניט זיכער. אסך ײדן זײנען אומגעקומען דורך זיי. די פארטיזאנער האבן געהאט אויס־ צושטײן גרויסע שלאכטן מיט די דײטשן און אויך מיט די אוקראינישע באנדעס.

passage_3a24130a0e5d145df53c9b35
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 816-1981

אין יאר 1943, פסח צייט, װען די דײטשן האבן ארומ־ גערינגלט די װעלדער און אטאקירט די פארטיזאנער, האבן די פארטיזאנער געפירט גרויסע שלאכטן מיט די דײטשן. דעמאלסט זײנען די באנדעס באפאלן אונדזער לאגער אין װאלד, ווו מיר זײנען געװען עטלעכע הונדערט ײדן, און האבן בע־ סטיאליש אויסגעקוילעט א הונדערט ײדן, לעבעדיקערהײט צעשניטן און צעהאקט אויף שטיקער. װען די פארטיזאנער האבן זיך אויפן שלאכטפעלד דערװוסט פון דעם באנדיטישן אנפאל, איז גלײך געקומען צולויפן דער קאמאנדיר פון אט־ ראד, מאקסים מיסורא, און די צװײ ײדישע קאמאנדירן אלעק אקוגאװ און אפרים באקאלטשוק מיט אן אפטײלונג פארטי־ זאנער און אפגעראטעװעט פון די מערדערישע באנדעס די רעשט פון די ײדן. איך מיט מײנע קינדע ר זײנען אויך געװען צװישן די געראטעװעטע. א דאנק דער פארטיזאנער־באװע־ גונג זײנען מיר לעבנגעבליבן. מיר אלע, לעבנגעבליבענע ײדן פון װאלד, װעלן קײנמאל נישט פארגעסן יענע אומגליקלעכע צײטן, װען די דײטשן האבן אונדז געמארדע ט אין די שטעט און אין די געטאס, און די אנגערײצטע אוקראינישע רוצחים, ימחשמם וזכרם, האבן געמארדע ט אין די װעלדער די רעשטלעך פארבליבענע ײדן.

passage_173fd366ac7cde53dc3b46b3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1983-3343

דע ריא ר 1944 אי ז געװע ן זײע ר א געפערלעכער ׳ מי ר האב ן געהא ט אויסצושטײ ן גרויס ע מערדערײע ן פו ן ד י דײטש ן או ן פו ן ד י באנדע ס אי ן ד י װעלדער . נא ר פא ר אונד ז ײד ן אי ז ע ס געװע ן ״צרו ת רבי ם חצ י נחמה״ , מתמ ת ד י קריסטלעכ ע באפעלקערונ ג הא ט זי ך צעטייל ט אוי ף צװ ײ טיילן , ד י אנטי ־ היטלעריסט ן האב ן אנגעהויב ן לײד ן אזו י װ י מי ר ײדן . ד י היט ־ לער־םימפאטי 7 ער , װעלכ ע האב ן געהאלפ ן ד י דייטש ן אויס ־ מארד ן ד י ײדן , האב ן געברענ ט מי ט שנא ה הלמא י צװיש ן ייד ן או ן א טײ ל פויערי ם או ן פאליאק ן הא ט געהערש ט א פרײנט ־ שאפט ׳ או ן דערפא ר האב ן ז ײ געמארדע ט אלעמע ן א ן אונ ־ טערשײ ד גו י צ י ײד . באזונדער ס האב ן ז ײ געװאל ט אומברײנ ־ גע ן דע ם קאמאנדי ר מיםורען ׳ װעלכע ר אי ז געװע ן א ײדישע ר פרײנט ׳ או ן הא ט געשאפ ן פרײנטשאפ ט צװיש ן מענטשן . זי ץ נאמע ן אי ז געװע ן באװום ט אומעטו ם אל ס דע ר ״ײדישע ר טא ־ טע״ ׳ װײ ל ע ר פלעג ט נקמ ה נעמע ן אי ן די ׳ וועלכ ע האב ן גע ־ דו ד או ן פײג ע רח ל קאט ־ לע ר או ן זײער ע קינדער : בײלע ׳ משה־לײזע ר או ן ל א ה א ל ע אומגעקומען , הי״ד ! — פײגע־רח ל אי ז געװע ן ד י טאכטע ר פו ן מש ה ב״ ר מרדכ י או ן בײל ע ו ו א ר ש א ו ו ס ק י ׳ ע״ה . איר ע עלטער ן זײנע ן בײד ע געשטארב ן אי ן דע ר עפידעמי ע אי ן 1915 . פײ ־ ג ע רח ל אי ז געװע ן בא ־ האלט ן ערגעץ־װא ו האב ן ד י גוײ ם אי ר ארויסגעגעב ן או ן ד י דײטש ן האב ן אי ר דערמארדעט . דו ד הא ט גע ־ שטאמ ט פו ן קאלאניע . זע ן זײ ט 231 .

passage_122390b159cdba54853ea366