338 דראהיטשינער קינדער אין לאסינצע בײ א שטײגעװײ ״כוטער״ געפונען 2 גריבער קארטאפל, וועלכע די פויערים האבן איבערגעלאזט אויפן הפקר און אנטלאפן צוליב דער מורא פאר פארטיזאנער. מיר האבן אין די נעכט איבערגע־ טראגן אסאך פון די קארטאפעלן צו אונז אין זעמליאנקע. מיר האבן אויך געמאכט א גרוב, ווו מיר האבן אנגעהאלטן א שטענדיקן פײער, מחמת אונזערע שװעבעלאך האבן זיך גע־ נומען אויסלאזן. אזוי ארום האבן מיר איבערגעקומען דעם ערשטן שװערן װיגטער אין גרוב, דערהאלטנדיק אונזערע נשמות מיט 3 ־ 5 געבאקטע קארטאפל א טאג. מיר האבן זיך שוין אלע געהאט אזוי צוגעװוינט צו אונזער לעבן אין גרוב, אז מיר האבן נאר געבעטען מען זאל אונז נישט פארטרײבן פון אונזער ״פאלאץ״... און דער פינצטערער מאמענט איז דאך געקומען. מיר האבן דערשפירט א סכנה צו זיצן אין אונזער באהעלטעניש, און מיר זײנען אנטלאפן טיפער אין װאלד. עטליכע טעג און נעכט האבן מיר געװאנדערט אין װאלד און לםיף האבן מיר באשלאסן צו אומקערן זיך צוריק צו אוגזער זעמליאנקע און די קארטאפל.
גײענדיק אזוי שטילערהײט אין אײן שורה, איינער נאכ׳ן צװײטן, האבן מיר פלוצלונג באמערקט צװײ שליטלאך פאדן אנטקעגן אונז. די מענטשן אין שליטן האבן אונז אויך בא־ מערקט. מיר האבן אל ע אנגעהויבן לויפן צוריק אין װאלד. מיט אמאל האבן מיר דערהערט א געשרײ אין רוסיש: ״סטאי!״ (שטײן בלײבן:) און א געדוי ש פון מאשין־געװער האט פאר־ רוישט די לופט. די קוילן, װעלכע האבן געלויכטן אין דער פינסטער מיט פארשיידענע קאלירן(עס זײנען געװען פאםפאר קוילן), האבן געפײפט אין אונזערע אויערן. אבער מיר זײנען געלאפן אן אפשטעל. נאך א װײלע לויפן האב איך זיך אפ־ געשטעלט צו זען װאו די איבעריקע פון דער חבר ה זײנען. איך האב נאר באמערקט אײן ײנגל, מיטן נאמען צדוק, און 6 מײדלעך. די איבעריקע זײנען ערגעץ פארלארן געגאנגען. מיר זאלבע־אכט זײנען װײטער געלאפן ביז מיר זײנען ארוים־ געקומען אויף אן אפענעם פעלד, װו עס זײנען געשטאנען סטײגלעך הײ. מיר האבן זיך ארײנגעלײגט אין די הײ און פון מידקײט באלד אײנגעשלאפן. [די שיסער זײנען געװען פארשטעלטע פארטיזאנער. — װ.] געװאלר, א ביסל װאסער, איד כרען...! מיר זײנען אזוי אפגעשלאפן 24 שעה, א נאכט מיט א טאג.
װען מיר האבן זיך אויף דער צװײטער נאכט אויפגעװעקט, זײנען מיר געװען אײנגעפראױרענע שטיקלך אײז. װאם צו עסן האבן מיר נישט געהאט, האבן מיר געשמאצקעט שטיקלך אײז. אזוי זײנען מיר אפגעלעגן אין הײאײן טאג׳ גאדא טאג׳ און האבן מורא געהאט צו רירן זיך פון ארט. אויף דעם אכטן טאג האבן מיר שוין געשפירט, אז לאנג װעלן מיר שוין גישט אויסהאלטן. מיר זײנען געװען אינגאנצן אויסגעשעפט פון די כוחות פון הונגער און קעלט. אויף דער אכטער נאכט איז צדוק ארײנגעפאלן אין דעליר־ ױם. זײנע געשרײען: ״געװאלד, אביסל װאסער! איך ברען!״ האט מען געקענט הערן פון אײן עק װעלט ביז דער צװײטער... מיר זײנען אלע געװען זײער שװאך און גארנישט געקענט העלפן און טאן פאר אים... און צדוק איז אין גרויסע יסורים אויסגעגאנגען... געשטארבן פון הונגער און קעלט... צו מארגנס אינדערפרי האב איך מיט געװײן און געשרײען אנגעהויבן צו בעטן די מײדלעך מיר זאלן פארלאזן דעם ארט, ישראל און גרשון קן־צפור, אומגעקומען, הי״ד! קינדער פון מיכלי קלײנמאן־קרײנעס הײנט אין ארץ־ישראל װארום מיר װעלן דא אלע אויסשטארבן. ס׳איז שוין אבער געװען צו שפעט... די מײדלעך האבן זיך שוין נישט געקענט רירן פון ארט...
צװײ שװעסטער זײנען געװען (איך האב פארגעסן זײערע נעמען). די יונגע איז שוין געװען א האלבער מת... די עלטערע האט נאך געהאט אין זיך עפעס כח און זי האט נאך געקענט זיך ראטעװען. אבער זי האט געזאגט: ״נײן, דא װעל איך שטארבן... צוזאמען מיט מיץ שװעסטער...״ נאר אײן מײדל, אסתר האט זי געהײסן, האט זיך געלאזט איבעררעדן און מיט אירע לעצטע כחות האט זי זיך אויפ־ געהויבן פון דער ערד. מיר האבן צוזאמען אראפגעצויגן פון דעם געשטארבענעם צדוק׳ן זײנע מלבושים און עם אנגעטאן אויף אסתר׳ן, װעלכע איז געװען כמעט װי נאקעט... מיר האבן