352 דרא■ה י ט ש י ן הערשל, אסתר־נעכעמילנער־גורשטײד אומגעקומען, הי״ד ו שװעסטער פון טודרוס־ליב מילנער. זען בילדער ז. 295. 324 א טאנק אויפגעריסן, און אײן מאל אלײן פארװוּנדעט געװארן. דער נקמה דורשט האט מיר צוגעגעבן מוט אויסצושטיץ אלע שװעריקײטן פון פארטיזאנער לעבן. כ׳האב פיל מאל דעם לעבן אײנגעשטעלט און אויסגעפירט די געפערלעכסטע אקציעס. די גרעסטע באפרידיקונג איז פאר מיר געװען, ווען איך האב געהערט א דייטש קרעפצן: ״אך, מײן גאט״, איך האב דאן געטראכט: ״כאטוש איז ענטפער פאר די מיליאנען ײדישע ׳,שמע־ישראל׳ם״...
מיט די פארטיזאנער בין איך אנגעקומען אין דער רויטער ארמײ, אין װעמענס רײען איך האב באקומען די מעגלעכקײט פון אן אפענעם אנגריף און קאמף קעגן גרעסערע מהנות פון שונא און זײ צומארניכטן. װי א פארניכטנדיקער שטורעם האבן מיר זיך דורכגעטדאגן דורך דײטשע שטעט און שטעט־ לאך. איך בין זיך מודד ״דאם הארמאטן־קנאלן, דאם קראכן פון דײטשע פארטיפיקאציעס און בנינים איז פאר מיר דאן געװארן דאס זיםטע מוזיק. די פלאמען פון די ברענענדיקע דײטשע היתער, דעם חורבן װאס איך און מיינע חברים האבן געזײט ארום זיך, איז פאר אונז געװען א גרויסע באפרי־ דיקוגג. יעדע ר אײנער פון אונז האט געהאט א גרויסן חשבון מיט די מעגטשנפרעסער. נאך הײנט צו טאג בין איך נאך אלץ ניט בארואיקט. כ׳האב נאך אלץ מיט די רוצחים זיך ניט אפגע׳חשבונ׳ט װי עס באדארף צו זיץ. מיט צײן־קריצעגיש און אויפרעגונג לײען איך װעג ן דעם, װי מען משפ ט די באנדיטן אין נירענבערג, װי אײדל מ׳באגײט זיך מיט די דײטשע ן אין די אקופאציאנס זאנעס!.. . כ׳װײם אז
יעדע נקמה איז נישט געװען צו קליין, — פאר די 6 מיליאן פארפײגיקטע ײדן אין די קאנצענטרציע און פאר־ ניכטונגם־לאגערן; פאר די זויג־קינדער, װעלכע זײ האבן אומגעבראכט, האקנדיק די קעפ אן די װענט ביז דער מארך פון די קעפלעך האט זיך אויסגעגאסן; פאר צענער טויזנטער ײדן, װעלכע זײנען לעבעדיקערהײט באגראבן געװארן ביז די העלדזער, און איבער די קעפ האבן די דײטשן געפארן מיט טאנקען... א, איר האט גאר ניט קײן באגריף פון די אכזרױת׳ן װאם די דײטשן און זייערע מיט־רוצחים זײנען באגאנגען קעגן אונז!! לאזט זיך ניט אײנשמועסן, אז עס איז ניט געװען אזוי שרעקלעך! איך אבער און די װאס האבן װי איך דורכגעמאכט דעם לײדנװעג, אנהויבנדיק פון דראהיטשינער געטא און דאן בײ די פארטיזאנער און אין דער ארמײ, װעלכע האבן דעם גרױסן ײדישן חורבן געזען מיט די אײגענע אויגן, װײסן אז װאם מען דערצײלט איז בלױז א הונדערט חלק פון דעם גרױ־ לעכן אומקום פון אונזערע מיליאנען ברידער און שװעסטער! עס איז געװען שױדערלעך! עם איז נישט צום באשרייבן!!
װאס צערעמאניעװע ט מען זיך אזוי מיט די דײטשע באנדיטן, מיט די גערינג׳ס, די ריבענטראפ׳ם, די ראזענבערג׳ס?! זײ האבן מיליאנען אומגעבראכט! מען באגײט זיך מיט די מענטשן־פרעסער צו ״דזשענטעלמעניש״. זאל מען משפט ן די פארברעכער! אלע ד־ײטש ן זײנען פארברעכער. ניט א בײ זײ קײן אומשולדיקע! עלפידין דארפן מיר דורכפירן דעם ״מחה תמח ה א ת זכ ר עמלק״ אויפן גאנצן דײטשן פאלק!! פון לינקס: ױסף, שײנע פעלדמאן, איטשע מישאװסקי, לעװין, אמתר מישאװסקי, װעלװל מישאװסקי(אונטן), אונגערמאן א.א.