354 דראיהיטשין רופט זיך מערניק׳ ניט װײט פון פינסק. דארטן זײנען מיר געפײניקט געװארן דורך די זעלבע מערדער. זײ האבן אונדז געפירט צו די גריבער פון טויט. דאס איז געװען פארטאג, איך מיט מײן פאמיליע זײנען עלפינס געראטעװעט געװארן דורך א באקאנטן פאליציאנט, א קריסט, װעלכער האט אונדז געהײסן אנטלויפן. איך מיט מײן מאן און קינדער זײנען געלאפן צװישן קוסטעס, קלײנע בוימלעך. די רוצחים האבן אויף אונז געשאסן און גע׳הרג׳עט מיץ מאן און טעכטערל. איך מיט מײנע צװײ אנדערע קינדער זײנען געליגן אין א בלאטע איבערנאכט. װען עס איז טאג געװארן, האב איך מיט מײנע קינדער זיך דערשלאגן צו א קלײן פארלאזט היטקע, אבער מיר האבן מורא געהאט בייטאג ארויםצוגײן בעטן א שטיקל ברויט. בײגאכט האב איך אנגעקלאפט אין א הויז, ווו איך האב געקענט די פ׳ויערים. זײ האבן ניט געװאלט עפענען די טיר. די פויערטע האט מיר דערזען און זיך איבערגעצלמט זאגנדיק! — פיאלקאװ, מען האט דיך דאך נעכטן דערשאסן, גײ אין דײן רו ארײן נ איך האב געװײנט און איר געזאגט, אז איך לעב, רא־
טעװעמיך פון הונגער. זי האט מיר ארויסגעװארפן א לאבן ברויט און מיר האבן געשטילט אונדזער הוגגער. מיר זענען דערנאך געגאנגען א גאנצע נאכט דורך א װאלד און ארײן אין די פיגסקער בלאטעם, װו מיר זענען געװען זיכער פון די מערדער, אבער אין געפער פון הוגגער און קעלט. מיר האבן אויך ניט געהאט קײן וואסער צו טרינקען. מיר ד,אב זיך געשפײזט מיט די רויטע קרעמבעריס, װאס זענען דארט געװאקסן, דאם איז געװען אונדזער ,^מן״. נאך װאכן פון פיץ, האבן מיר זיך דערשלאגט צו דער סװירינער אפטײלונג פון די פארטיזאנער, וועלכע האבן אונדז געראטעװעט פון טויט.
זוי שװאך איז בין געװען, האט זיך אבער אין מיר געפונען א פארבארגענע קראפט. איך און מײנע קינדער האבן גענומען ביקסן אויף זיך און געהאלפן פארניכטן די פאזי־ ציעס פון שונא. איך האב קעמפעריש אוגטערגעלײגט דינא־ מיט אונטער די בריקן, װו די מערדער האבן געדארפט דורכ־ גײן, אדער דורכפירן שפײז פון די דערפער, ביז איך האב זיך מיט מײנע קינדער דערשלאגן צו דער רויטער ארמײ און געקומען צו מײן געבורט־שטאט דראהיטשין (פאלעםקי). איך האב דארטן געטראפן עטליכע לעבגגעבליבענע ײדן, װײטער איז אלץ דארט חרוב ומוחרב. איך האב דארט געזען לאנגע ברידער־קברים. מײן הארץ איז װי פארשטײנערט געװארן און איך האב זיך געצאפל ט פון פײן. איך האב ניט געקענט קוקן אין די אויגן פון די פויערים, װעלכע האבן צוגענומען די קלײדער פון מיינע ברידער און פרײנט. איך האב שוין מער ניט געקענט לעבן אין דער פארםמטער סביבה פון חור־ בות און קברים, און בין אװעק אין דער נאענטסטער שטעטל כאמסק. דארטן האב איך אויך קײנעם ניט געפונען. די פוי־ ערים װוינען אין די יידישע הײזער אומגעשטערט. די כאמ־ םקער ײדן האט מען פארברענט אין דער אלטער שול, װאס פון איר זײנען פארבליבן נאר 4 גרויסע װענט. די גרויזאמע דײטשן האבן אלעמען פארניכטעט, ביז דעם לעצטן ײדן...
אי ן דראהיטשי ן האב ן זי ך אויסבאהאלט ן 4 ײדן, האב ן ד י גוײ ם ז ײ איבערגעגעב ן צ ו ד י דײטש ע בעםטיעס, װעלכ ע האב ן ד י ײד ן אינמיט ן מאר ק געבונד ן הענ ט א ץ פי ם או ן פא ־ ליצײ־הינ ט האכ ן ז ײ צערים ן אוי ף שטיקער, גלי ד ב ײ גליד.. . [אלטע ר גאלדבער ג(סאכער), נזש ה פערקאװיצק י א.א., זאג ט מען, זײנע ן צעריס ן געװאר ן פו ן דײטשיש ע הינט.. . — װ. ] שטײע ן פז ן רעכט ס; ד י שװעסטע ר אסתר, טיל ע אז ן רח ל ראסאראזזסק י פז ן קרעמנע. זיצ ן פז ן רעכטס: ראזב ן בזרשטײן, אלי ה נ ח ראס, ראז ע גאלדשטײ ן פז ן אזיט ש אז ן גדלי ה קאפלא ן אי ן 1921. אסתי ר (מארגאן) טיל ע (קאפעל ) אז ן קאפ ־ לאן, נאטירלעך, געפינע ן זי ן אי ן ניז־יארק. ד י אי ־ בעריק ע זײנע ן אזמגעקז ־ מען, הי״ ד \ רח ל אי ז גע ־ זויע ן ד י פרז י פז ן חײ ם קאברינסקי. זע ן יארצײ ט אזי ף זײ ט 355, וז י אזי ך ביל ד אזי ף זײ ט 280,