אמעריקע 393 גענדערײנע דוברים: יוסף שוב, יוסף בירענבוים, אלפרעד גרײ, חבר הסטויבער, קארל שײנבוים, איטשע פיסעצקי און שמואל לױוי — פארזיצער. אין מאי, 1946, האט זיך דער צװײג, אונטער דער אנפירונג פון גדליה קאפלאן, באטײליקט איז די פעקלעך־אקציע פאר דראהיטשינער שארית תפליטה. אין הערבסט, 1946 — גענומען אנטײל אין פעקלעך־קאמפײן פון פארבאנד לטובת דער שארית הפליט־אין דײטשלאנד. אין יאנואר, 1947, האט דער צװײג צוםערשטן מאל אנטײל גענומען אין דעם פארבאנד־קאמפײק לטובת די הסתדרות־געװערקשאפטן. אין פרילינג, 1947 — אנטײל גענומען צום ערשטן מאל אין קרן־קימת־קאמפײן. אין 1948 האט דער צװײג, צוזאמען מיט דער דראהיטשינער ״רעליעף־סאסײעטי״, אנגעפירט א פארײניקטע הילפס־אקציע צו העלפן די דראהיטשינער לאנדסלײט אין דײטשלאנד, פוילן, איטאליע און ציפערן. אין 1948 און 1949 איז פארזיצער פון צװײג געװען אשר הערשל שװ8ה דהערשיד־■ שװ:?תרץ, זון פון אליעזר און רח ל שװארץ, איז געבוירן 6־טן דעצ. 1906 אין דראהיטשין. גאר יונג(אין 1921) עמיגרירט פון דראהיטשין און געמאכט זײן הײם אין נאר־וואלק, קאנעטיקוט, װו ער האט באזוכט די האי־סקול. 21־טן דעצ. 1930 געהײראט מיט בערטא, די טאכטער פון צבי־הלל און שרה. צבי, א דערפאלגרײכער סוחר אין קאנעטיקוט, איז פיל יארן (ביז 1955) געװען פארבונדן מיט די גרויסע פירמעס, די ״סופערמארקעטס״. אויך געװען
דער פיאנער פון הערשל שווארץ ״סעלף־סערװ׳יס״ (זעלבסט־באדינונג) געשעפטן אין קאנעטיקוט. צו גלייכער צײט איז שװארץ געװען שטארק אקטױוו אין ײדישן געזעלשאופטלעכן לעבן דארט. געװ. פארזיצער (זיגט 1951) פון ישראל־באנדס־קאמפײן! געװ. קאסירער פון ײדישן סענטער: געװ. פרעזידענט (ביז דעם יאר) פון שול דארט. זינט 1948 איז שװארץ דער פארזיצער פון ״ױנײטעד דזשואיש אפיל״: װײס פרעזידענט פון ״קאמױניטי קאונסיל״! מיטגליד פון צױניסטישן קלוב דארט, װאס פירט אויף פארשטעלונגען לטובת גויטבאדערפטיקטע יחידים און ארגאניזאציעס. די שװארצעס האבן א טאכטער ראניע און א זון לעאנארד. װאלינס. דער צװײג איז עטליכע מאל געװען אויף דער ערן־ ליסטע פאר זײן ארבעט לטובת דעם ארץ־ישראל־אויפבוי. דער צװײג האלט אפ רעגולערע זיצונגען, ארגיאניזירט ליטערארישע אווענטן, לעקציעס, ! ארדנט איין יערלעכע באן־ קעטן (אין פארבינדוגג מיט דעם הסתדרות קאמפײן) א.א.װ. דער צװײג, װעלכער צײלט א גרעסערע צאל מיטגלידער פון דראהיטשינער לאנדסלײט א.א. װערט הײנט אנגעפירט פון דעם ענערגישן עסקן ׳בעני טעפער׳ פארזיצער פון דרא־ היטשינער הילפס־פארײן אין נױ־יארק. ד.װ. פרטים פון שמואל ליװי שקאגע ר דראהיטשינער צװײג 294 ײדישער נאציאנאלער ארבעטער פארבאנד
:רתלסא מיטגליד פון ״שלום־עליכם־צװײג״ בײם א.נ.א. פארבאנד און זײענדיק באקאנט מיט דער פראגראם און אקטי־ װיטעט ן פון פארבאנד איז מיר אײנגעפאלן א געדאנק צו גרינדן א ספעציעלן פארבאנד צװײג פון דראהיטשינער לאנדסלײט, װעמענס אויפגאבע עס זאל זײן: ערשטגס, צו זארגן פאר די אינטערעסן און נויטן פון די ײדן אין דרא־ היטשין: צװײטנס, צו ארבעטן פאר די ײדיש־נאציאנאלע אינ־ טערעסן דא אין לאנח דריטנס, צו אנטקעגנקומען די פרא־ טערנאלע א־ן קולטור־נויטן פון די צװײג־מיטגלידער: און פערטנס, צו געבן אקטױוע הילף אין אלע פארמען דעם ארץ־ ישראל־אויפבוי. ד•־ערשטע גרינדונגס פארזאמלונג פון א קלײנער צאל דראהיטשינער איז פײרגעקומען מיט דער באטײליקונג פון ד״ר ב. פרימער, פעברואר 1941, װען עס איז געלײגט גע־ װארן דער יסוד פון דראהיטשינער צװײג. נאכן װערבירן די געזעצלעך נויטיקע צאל מיטגלידער, אז דעם 29 ױני׳ 1941, פארגעקומען די אפיציעלע אינסטא־ לירונג פון צװײג. חבר לואיס סיגאל, סעקרעטאר פון פאר־ באנד, א׳־ז ספעציעל געקומען פון נױ־יארק דורכצופירן די פײערלעכע אינסטאלירונג צערעמאניע, און דער דראהיטשי־ נער צװײג איז דאן געװארן אײנו.ענלידערט אלס פול־בארעכ־ טיקטער מיטגליד אין פױרבאנד און אנגעהויבן זײן אפיציעלע עקויסטענץ. פ׳ל פון דראהיטשינער לאנדסלײט זײנען געװארן מיטגלי־
דער פוּן צ־וײג, װעלכער האט זיך מיט דער צײט שטארק אנטװיקלט און געקראגן א שם אין ײדישן שיקאגא װי אויך א׳ן אלע פארבאנד־קרײזן אין לאנד. די ארבעט פון צװײג קאנצענטרירט זיך אויף די געביטן: 1) ארץ־ישראל־פאנדן: — דער צװײג האט מיט זײגע יערלעכע אקציעס געשאפן צעגער טויזנטער דאלארן פאר דעם געװערקשאפטן־קאמפײן (הסתדרות), נאציאנאל־פאנד (קרן־ קימת לישראל), ״קאמבײנדער דזשואיש אפיל״, ״צױניסטישער ארבעטער פאנד״ א.א.