Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 40
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1203

36 דראהיטשין פאמיליעם האבן נישט געהאט מיט וואס צו קויפן זייערע דערנערונג־מיטלען, האט זיך עס, במילא, אפגערופן אויף דער לייזונג פון די קרעמער און אויף אנדערע האנדלס־ בראנזשעס. צווייטן — דער פלוס פון די אמעריקאנער דאלארן, וועלכע זײנען אין די ערשטע נאך־מלחמה־יארן געשיקט גע־ װארן קײן דראהיטשין אין גרויסע סומען, איז געװארן אפ־ געהאלטן, אדער אפגעשטעלט. דריטנס — די גרויסע פריצישע הויפן, װעלכע זײנען אין משך פון הונדערטער יארן געװען א קװאל פון פרנסה פאר די דראהיטשינער ײדישע בעלי־מלאכות, סוחרים און קרע־ מער זײנען ליקװידירט געװארן. די דאזיקע הויפן, װעמענס בעלי־בתים זײנען אװעק מיט די צארי־ שע ארמײען קײן רוס־ לאנד און מער נישט צוריקגעקומען, זײנען געװארן איבערגענו־ מען פון דער פוילי־ שער מלוכה. די אנדע־ רע פריצים, װעלכע זײנען יא צוריקגעקו־ מען האבן, צוליב די גרויסע שטײערן, נישט געקענט װירטשאפט זײערע הויפן און האבן געמוזט זיי אפברעכן אין קליינע פארמס און פארקויפן. דער רעזול־ טאט איז געװען, כמע ט אלע הויפן ארום שטע־ טעלע זײנען געװארן, — צי דורך דער פוילי־ שער מאכט, צי דורך פאראװע מיל פון חײקל מילנער און די אײגנטימער זעלבס ט

passage_61db65dab8c5ee7d4ff7391b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1205-2471

— פארצעלירט און פארקויפט. אין די מערסטע פאלן איז דאם ערד פון די הויפן געװארן, דורך דער פוילישער רעגירונג, פארטיילט צו די פוילישע אויסגעדינטע לעגיאנערן, ״אסאדניקעס״, װעלכע זײנען אראפגעבראכט גע־ װארן פון טיף־פוילן. דאס דאזיקע איז געטאן געװארן מיט דער אבזיכטלעכער כװנה פון די פוילישע הערשער צו פאר־ פאלאניזירן דעם פאלעסיע־געגנט, װעלכער איז פון כמ ה יארן געװען באװוינט, אממײנסטן, פון װײם־רוםישע פויערים, ײדן און אוקראינער. פון יעדן ײדן. די טרויעריק־בארימטע ״גראבסקי־עגלות״, זײנען טאג־טעגלאך ארומגעפארן איבערן שטאט און די שטײ־ ערן־עקזעקוטארן האבן געשלעפט דאס ביסל ײדישע בעבעכעס פון די הײזער. דערזעענדיק די ״גראבםקי־עגלות״ פלעגט ביי יעדן איינעם אײנפאלן די דמים. די שטײערן־עקזעקוטארן פלעגן קאנפיםקירן סחורות, מעבל, שטוב־חפצים אפילו דאס לעצטע פאר הויזן. דער שרײבער פון די שורות האט אלײן בײגעװוינט אזא טרויעריקן פאל: א שטײער־עקזעקוטאר האט זיך ארײנגעריסן אין הויז פון דעם בריסקער שטעפער און האט ביי אים צוגענומען די אײנציקע שטעפ־מאשין, זײן גאנצע חױנה. דער שטעפער, א מטופל פון עטלעכע קלײנע קינדער, איז געלעגן אויף דער ערד און זיך געריסן די האר פון קאפ. ישראל אלעזר כארסעל אונטער דײטשער אקופאציע אין 1916

passage_a10a8dd083803ac92164e87f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2473-3467

פינפטנס — די נײ־ארײנגעװאנדערטע פאליאקן (״אסאד־ניקעס״), האב ןאנגעהויבן (פון אנפאנג) א שטילן באיקאט אויף די ײדישע האנדװערקער־װארשטאטן און האנדל. די פאליאקן האבן נישט געגעבן קײן ארבעט צו קײן ײדישן בעל־מלאכה. אין געגנזאץ צו די װײם־רוסישע כאכאלן זײנען די פאליאקן אלײן גוטע פאך־לײט און האבן זיך נישט גענויטיקט אין די ײדישע האנדװערקער. די פוילישע בעלי־מלאכות האבן נאך צוגענומען דאס ביסל ארבעט, װאם א ײד פלעגט װען עס איז קריגן בײ א דארפישן פויער. פערטןס — די פאליאקן האבן אנגעהויבן שטארק פרעסן, און ספעציעל דער ײדישער באפעלקערונג, מיט זײער שטײערן־שרויף. די אונגעהויער אנגעשרויפטע פאדאטקעס, האבן דערשטיקט דעם האנדל און מיט דעם דאס גאנצע ײדישע לעבן. די פאליאקן האבן פשוט געשונד די הויט עס גײט פון שלעכט צו ערגער צו דעם זײנען די פאליאקן אלײן געװען אויך געניטע םוחרים. דער ײז־ישער סוחר, אדער הענדלער, האט נישט געקענט האנדלען מיט דעם פאליאק, װי ער האט געהאנדלט

passage_4c5c9cdd2a9056301cb71bbc