Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 44
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1332

40 דראהיטשינער מרה־דאתרא איז געווען הרב ר׳ אייזיק יעקב קאלענקאװיטש, הי״ד! קײן אפיציעלע שכירות פון קהל האבן די רבנים נישט באקומען. דערפאר האט שטאט געהאט איבערגעגעבן אין רשות פון די רבנים דעם ליכט־און הײװן־פארקויף, פון װאם די רבנים האבן געצויגן, װער מער און װער װײניקער, זייער חױנה. עס זענען געווען צײטן, װען דער רב מיט זײן פאמיליע האבן געליטן נויט און דחקות. און פארקערט, װידער, עס זענען געווען צײטן, װען דער רב האט געמאכט א שיינעם לעבן פון דעם הײװן־פארקויף. עס איז איבעריק צו דערמאנען, אז דער רב פון שטאט האט געדארפט קענען גוט לערנען און זײן א בקי אין יורה־דעה און אין פוסקים. מחמת די הויפט־אויפגאבע פון א רב איז געווען צו ענטפערן שאלות און פסק׳ענען דין־תורה׳ס. און שאלות און דין־תורה׳ס זענען געווען פון די טאג־טעגלעכע דערשײנונגען. דער מרה דאתרא האט גאר נישט געדארפט זײן קײן רעדנער. פיל רבנים האבן טאקע נישט געקענט די ״קונסט־מלאכה״ פון שײן־רעדערײ. בלויז צװײ מאל אין יאר, שבת־הגדול און שבת־תשובה, איז דער רב געווען פארפליכטעט צו דרשה׳נען מעניני־דיומא. די דרשה פון רב האט נישט געטארט זײן קײן ״װיץ״ און נישט קײן מעשה... װײל זײנע צוהערער זענען געווען אידן לומדים, װעלכע ■ ■ , , , למדן און פוסק. נײע ארגאניזירטע קהילה

passage_4a0287ee4cf4772b87254c87
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1334-2487

נאכדעם, װי די פוילישע רעגירונג האט דורכ־ געפירט אין סײם דעם געזעץ פון אײנהײטלעכע און ארגאניזירטע קהילות אין לאנד, איז אויך אין דרא־ . . . ... . פרנסים, װעלכע האבן געזאלט איבערנעמען די גאנצע פונק פירונג פון שטאט, די קהילה־פארװאלטונג האט אפילו געהאט דאס רעכט ארויפצולײגן אויף די ײדן אן עטאט, א שטײער, פון װאס, אײגנטלעך, עס האט זיך געדארפט צוזאמענשטעלן דער בודזשעט פון דער קהילה. אבער, די נײ־ארגאניזירטע קהילות־סיסטעם האט זיך נישט געהאט אנגענומען אין דראהיטשין. עס האט נישט געארבעט װי עס באדארף צו זײן. דראהיטשינער ײדן האבן זיך באצויגן צום ענין קהילה מיט ביטול און אונצוטרוי, װײל עס האט געמײנט נײע גבאים און באאמטע און נײע פאסטן מיט הוצאות... די קהילה־ראטמענער פלעגן אפהאלטן זיצונגען און בארא־ טונגען, אבער װײטער פון דעם איז עס נישט געגאנגען. די פירונג אין שטאט איז אנגעגאנגן װי אין די אלטע צײטן; דער רב מיט זײנע ױעצים האבן געהאט מער צוזאגן אין שטאט װי די נײע פרנסים, הגם, זײ זײנען געװען די לעגאלע פירער. ה. דאס רעליגיעזע און געזעלשאפטלעכע לעבן אלץ דרײט זיך ארום דעם גית־־המדרש

passage_545047cfdd4800a7d4c0d118
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2489-3775

פאר דער ערשטער װעלט־מלחמה (1914), האט דראהיטשין פארמאגט 4 בתי־מדרשים: דעם אלטן בית־המדרש, נײעם בית־המדרש, פרוש־בית־המדרש, גאס־בית־המדרש און א חסידים־שטיבל. בעת די רוסן האבן עװאקואירט דראהיטשין האבן זײ פארברענט דרײ־פערטל ישטאט, דעם גאנצן שוהל־הויף און אלע פיר בתי־מדרשים. דאס חםידים־שטיבל איז געבליבן גאנץ. נאך דער מלחמה האט מען צוריקאפגעבויט 3 בתי־מדרשים, אבער דער פרוש־בית־מדרש איז געבליבן אין זײנע דעכטס: דעד אלטער בית־המדרש און נײער בית־המדרש אין 1938 חורבות. דער נוסח־התפילה אין אלע בתי־מדרשים איז געװען אשכנז. אין חסידים־שטיבל, נאטירלעך, האט מען געדאװנט אין נוסח־םפרד. דאס מײנט צו זאגן, אז כמעט פיר פינפטל ײדן פון שטעטל זײנען געװען מתנגדים. די דראהיטשינער חסירים האבן באלאנגט צו דער קארלינער־קאברינער דינאסטיע. דער קאברינער רבי פלעגט אלע װינטער קומען צו גאס צו זײנע חםידים אין,דראהיטשין. די ײדן פון דראהיטשין, װי אין גאנץ פאלעסיע, זײנען געװען שטארק טראדיציאנעל פרום, אויפן ליטװישן שטײגער און כמעט די זעלבע מנהגים. אין מערםטנטײל איז עס געװען א בעל־הבית׳יש־לומרישער עלעמענט מיט א קלײנעם פרא־ צענט משכילים, די שפראך איז געװען ײדיש־ליטװיש. אזוי איז אויך די הלמזזה געװען קורץ. אויף שבת און יום־טוב

passage_d5d37ea1d8278ff03dda4870