Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 51
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-980

דאס שטעטל 47 ווען די ערשטע גרופע חלוצים האבן דערלעבט אפצופארן קײן ארץ־ישראל, האט דאס גאנצע שטעטל ארויסבאגלעיט זײ מיט געזאנג און מוזיק. עס איז געווען א גרויסער מאמענט. פיל פון די באגלײטער האבן געװײנט פון שמחה. און װירקלעך, א סך דראהיטשינער פאמיליעס האבן אנגעהויבן צו מאכן די געהעריקע הכנות צו זײער רײזע קײן ארץ־ישךאל. אבער גאר שנעל איז געקומען די ענטוישונג און די אויס־ אלס צוגאב, האבן אנגעהויבן אנקומען (1920) אין שטעטל די שרעקליכע ידיעות פון די אראבישע פאגראמען אויף די ײדן אין ארץ־ישראל, אלעם צוזאמען האט צעטרײסלט דעם גלויבן ביי די ײדן אין דער צױניסטישער .גאולה. אנשטאט התלהבות און שמחה, זײנען ײדישע הערצער געװארן אנגעפילט מיט פארביטערונג, צארן און ענטוישונג. עס האט זיך אנגעהויבן דער לאנגזאמער פראצעס פון פראפאגאנדע, געלט־זאמלונגען און אויסװארטונג... אלע ײדן פון שטעטל באגלײטן ארויס די ערשטע חלוצים קײן ארץ־ישראל אין יאר 1922

passage_b239647d7d8ee33c84207907
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 982-1767

ניכטונג פון דעם משיח־חלום... די אלע, װעלכע זײנען געשטאנען גרײט אין װעג, צו פארן קײן ארץ־ישראל, האבן זיך אנגעטראפן אויף גרויסע שװעריקײטן. קודם־כל, האבן זײ זיך אנגעשטויסן אין דעם סערטיפיקאטן־סיםטעם. פאר פאמיליעס מיט קינדער איז בכלל געװען שװער דאס פארן. א סערטיפיקאט האט נאר געקענט באקומען אזעלכער, װאם איז נישט עלטער פון 35 יאר. און אלס תנאי קודם למעשה האט מען געמוזט דורכמאכן אן הכשרה פון 2 ביז 4 יאר. דער דאזיקער עליה־סיסטעם האט, גלײך בײם אנהויב, געמאכט א סוף צו די האפנונגען פון די מערסטע פון די דראהיטשינער ײדישע פאמיליעס, אז זײ זאלן װען עס איז דערגרײכן די ברעגען פון ארץ־ישראל, אויף װאם זײ האבן יארן לאנג געטרוימט...! אויפקריסטאליזירונג פון די צױניסטישן} פארטײען

passage_199742dc41d26b666f127d6b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1769-2372

אין דראהיטשין האט זיך דאן אנגעהויבן אויסצוקריםטא־ ליזירן דער פרצוף פון די צױניסטישע ארגאניזאציעס און פארטײען. אויפן ערשטן פלאץ זײנען געקומען די אלגעמײנע צױניסטן, דאן דער ״מזרחי״, ״פועלי־צױן״, ״החלוץ״ און ״השומר־הצעיר״. די לעצטע צװײ האבן נאך דאן געגאלטן אלס נאציאנאלע ארגאניזאציעס. די הויפט־ציוניםטישע אר־ בעט, איז אין די ערשטע יארן, געטאן געװארן דורך די אלגע־ מײנע ציוניסטן און דעם ״מזרחי״. די מזרחי׳סטן זײנען גע־ װען די פיאנערן־םפעציאליסטן פון די געלד זאמלונגען פאר די קרנות. אלס רעליגיעזע ײדן, האבן די מזרחיסטן געהאט די

passage_e4609766d682f733e656db7c