Original scan
Original memorial-book scan 56
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-893

52 דראהיטשינער ײדן ח. דער לעצטער קאפיטל דראהיטשינער ײדן האבן זיך געװאלט ראטעװען מיר רעזױמיר ן: די ײדישע לאגע אונטער דעם פוילישן רעזשים איז, װי געזאגט, געװען זעער א טרויעריקע. שוין בײ זײער ערשטן ארײונמארש קײן דראהיטשין האבן די פאליאקן באװיזן זײער אמת׳ן פרצוף. אין זײער באנעמונג צו די ײדן האבן די פאליאקן איבעראל ארויםגעװיזן איראגאנץ, א קלאס פון דער שולע ״מוריה״. די לערער פון וענטס; פאלעװסקי, באראנטשוק, מ. בעזדזשעסקי, ראבינאװיטש, װאלפסאן, קאלניק, האקמאן רוגזה און פאראורטײל צו דעם ״זשיד־קאמוניםט״, װי זײ פלעגן באצײכענען יעדן ײד• דראהיטשינער ײדן האבן פון פארוים אנגעפילט, אז מען װעט בײ די פאליאקן נישט לעקן קײן האניג. האט זיך גלײך פון אנהויב אנגעהויבן א געלויפערײ פון שטעטל. םפעציעל, האט די יוגנט, צוליב פארשטענדלעכע םיבות, געלאזט זיך אין דער גרויסער װעלټ ארײן.

passage_1d9eb616ece33ebfa55e9ca2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 895-1684

כל זמן עם האט זיך געלאזט, איז מען געלאפן קיין אמעריקע. שפעטער, ווען די טויערן פון די פארײניקטע שטאטן האבן זיך צוגעמאכט, האט די ױגנט אנגעהויבן שפארן זיך קיין ארץ־ישראל. א קליינע צאל יונגעלײט, װעמען דער מזל האט צוגעשפילט צו באקומען םערטיפיקאטן, האט עול ה געװען קיין ארץ־ישראל. די זוײניקער גליקלעכע ױנגעלײט, האבן עמיגרירט אין אנדערע לענדער. צענדליקער, און צענדליקער ױנגעלײט פון דראהיטשין זײנען געלאפן קיין ארגענ־ טינע, קובא און קאנאדע׳ ביז װאנען אויך די דאזיקע לענדער האבן געשלאםן זײערע טויערן פאר דער יידישער אימי־ גראציע. די ױנגעלײט׳ װאם האבן נישט באװיזן אין צײט צו אנט־ לויפן, זײנען געבליבן שטעקן אין שטעטל אן א ציל און אן אן אויסקוק אויף א בעסער מאיגן, מיט יעדן יאר זײנען

passage_75735dc0241916613248a367
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1686-2803

אונטערגעװאקסן מער ײדישע בחורים און מײדלעך, װעלכע האבן זיך ארומגעדרײט איבער די גאסן אן א תכלית אין לעבן און ארויםגעקוקט אויף א נס, עס זאל זיך ערגעץ־װו עפענען א װעג און מ׳זאל קענען עמיגרירן. צו װאס. צו נעמען זיך איז נישט געװען: קײן מלאכה האט מען זיך נישט גע־ לערנט, װײל עס איז םײ־װי־םײ נישט געװען קײן גענוג ארבעט פאר אלעמען. און קרעמער מיט קרעמלעך זיעען אין שטעטל געװען די והותר. איז, במילא, אויך געװען זײער שװער צו שליסן שידוכים. מחמת עס איז גלײך אויפגע־ שװומען די פראגע: ״מה נאכל״ י—װאם װעט מען טאן גליך אויף מארגן נאך דער חתונה י.. . מילא, מיט בחורים איז נאך געװען א האלב צרה. אבער מיט מײדלאך איז געװען א דילעמע, א פראבלעם. זײנען טאטע ם געװען טאקע שטארק באזארגט װעגן דעם תכלית פון זײערע טעכטער. און יעדער פאטער און מוטער האט אויס־ געקוקט, אז עס זאל אראפקומען א בחור פון אמעריקע און ■1 חברה־קדישא. פון רעכטס: מאיר קאפלאן (דער לינער), א קאלאניער, מרדכי פערקאװיצקי (זאלוזשער) און מאטי װארשאװסקי. צונעמען זײער טאכטער מיט זיך אין דעם גאלדענעם לאנד...

passage_0a6bec17fbfe30b9161b5ccf
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2805-3215

מען קען נישט זאגן אז די דראהיטשינער װױנט האט פארטאכלעװעט די צײט מיט גארנישט. אװדאי, האט מען געטאן כללות׳דיקע ארבעט; מען איז געװען טעטיק אין פארטײען; מען האט געקליבן געלט פאר ארץ־ישראל; מען איז געפערן אויף הכשרה א.א.װ. אבער, צו קײן תכלית איז דאם אלץ נישט געקומען. װארום עולָה צו זײן קײן ארץ־ישראל האט מען נישט געקענט, מחמת מען האט נישט געקענט

passage_f59c6fd4bfc543e96aa7798b