66 דראהיטשינסקין פליטים, װעלכע זײנען דורך דער רוםישער מאכט ארויםגעשיקט געװארן פון די שטעט און שטעטלעך, װאם זײנען געליגן הארט בײם פראנט. מיר האבן אלע פליטים איינגעארדנט אין די בתי־מדרשים און אין פריװאטע הײזער און זײ אויסגעהאלטן מיט עסן און קלײדונג. דער דראהיטשינער פריסטאװ מיטן אוראדניק האבן גענומען העלפן דער צארישער רעגירונג צו שאפן געלט פאר דער מלחמה. זײ זײנען ארומגעגאנגן פון שטוב צו שטוב, און יעדער אײנער האט זיך געמוזט פאשרײבן צו צאלן פון 1 ביז 3 רובל א חודש לטובת דעם מלוכה־אוצר. די רוםישע פאליצײ איז אויך ארומגעפארן איבער די דערפער און גענומען אונטערשריפטן פון די פויערים צו צאלן דעם חודש־אפצאל. די ײדן, נאטירלעך, האבן טאקע געצאלט רעגולער זײערע צוגעזאגטע םומעם. אבער, װען די פאליצײ איז געקומען איינקאסירן דאס געלט פון די פויערים האבן זײ געענטפערט: ״פאנאטשיקו ראשי ניעמא, אםעדעמו״. ״האריגקע, קײן געלט האבן מיר נישט, מיר װעלן בעסער אפזיצן״.. . װען דער דײטש איז ארײן קײן װארשע האט די רוםישע פאליצײ ארויסגעגעבן א פארארדענונג צו ברײנגן צו איר די קופער און מעש, װי, פאנען, קעסלען, לײכטער א.א.די דזשאן מײער, רחל גאלדפארב, אהרן דראגיטשינסקי און טילה זוקער
ײדן פון דראהיטשין האבן געבראכט זייערע קופערנע און מעשענע כלים צום פרימיטאװ אין הויז, װו אלעס איז געװארן געװויגן און פארשריבן, און נאך דער מלחמה, האט דאם גע־ הײסן, װעט די רומישע רעגירונג באצאלן פאר די קאנפיס־ קירטע ארטיקלען. פון װארשע האט דער דײטש גענומען זיך רוקן שנעל צו בריסק. עס איז גראד יענעם זומער געװען א גרויסע טריקעניש, איז עס געװען א מעלה פאר בײדן. דער דײטש האט געקענט לײכטער און שנעלער גײן פארױס און די רוםן ־אב ן געקענט שנעלער לויפן צוריק... אין קורצן איז שױן דער דײטש געשטאנען בײ בריסק. די רוםן האבן עװאקואירט די גאנצע באפעלקערונג פון בריסק און די שטאט פאר־ ברענט. פיל בריסקער ײדן זײנען געבליבן שטעקן אין דרא־ היטשין און א ם ך זײנען געלאפן מיט דער רומישער ארמײ טיפער אין רומלאנד.
נאכדעם, װי דער דײטש האט אײנגענומען בריםק, אן אײן שאם, האט מען גלײך געקענט מערקן, אז ארום דראהי־ טשין װעט פארקומען א קאמף. די רוםן האבן באשלאםן צו שטעלן דעם דײטש א װידערשטאנד, כדי צו געבן צײט דער רוםישער ארמעע אפצוטרעטן. אל ע פויערים פון און ארום דראהיטשין, אנגעשראק פארן דײטש, האבן איבערגעלאזן זײערע הײזער און פולע שײערן מיט תבואה און זײנען אנט־ לאפן קײן רוםלאנד. די ײדן, אבער, זײענדיק גוט אנגעלערנט פון די צארישע רדיפות און פאגראמען, — בפרט נאך, אז דער דײטש האט דעמאלט געגאלטן אלס דער באשיצער פון פרײהײט, — האבן באשלאםן צו זיצן אויף די ערטער. עס איז דאן געװען 3 װאכן צו ראש השנה, און װי געזאג ט איז דאמאלט געװען א גרויסע טריקעניש, אזוי, אז דער װיאן, װעלכער פלעגט שטענדיק זײן פײכט מיט לושקעם װאסער און בלאטע, איז דעם זומער געװען טרוקן װי א שטײן. האט מען באשלאםז מען װעט מאכן אקאפעם, גריבער, אויף דעם װיאן און מען װעט זיך אויסבאהאלטן אין די אקאפע ס ביז די שיסעריי װעט אריבערגײן,
דיגאסן פון דראהיטשין זײנען געװען אויסגעפילט פון אפטרעטנדיקן רוסישן מיליטער און אבאזן׳ װעלכע האבן אין משך פון טעג און נעכט געהאלטן אין אײן גײן צו פינסק. די געשרײען פון די פערד און בהמות, װאס די רוסישע סאל־ דאטן האבן געטריבן מיט זיך האבן פארהילכט די לופט. פיל פון די בהמות און פערד זײנען צולי ב דער טריקעניש צע־ פגר׳ט געװארן פון דארשט אויפן װעג. צום גרויסן טומל האט אויך נאך צוגעגעבן דאס געלאף פון די טויזנטער פויערים מיט זײערע װעגענער. אלע פויערים פון זאריטשקע, סטארא־ םיליע און פון אנד. דערפער זײנען אװעק מיט דער רוםישער ארמיי. געבליבן איז נאר דער גוי פון באד, װאס איז שפעטע ר זײער שטארק צונוץ געקומען אויף צו מאכן פײער אין שבת.. . יעדער ײד האט זיך אײנגעהאנדלט א פערד־און־װאגן,
אין פאל, אויב די רוסן וועלן זיך מיישב זיין, די לעצטע מינוט, ארויסצוטרײבן די ײדן פון שטאט זאל זיין מיט וואס צו אנט־ לויפן. איך אלײן האב געקויפט א געשפאן שותפות מיט נאך א ײד. פשוט, דערפאר, ווייל איך האב נישט געװומט װי ארומ־ צעגײן ארום א פערד. די לעצטע פאר טעג איז מען געװען פארנומען מיט גראבן. צום ערשט האט מען פארגראבן אין דער ערד דאס ביסל פארמעגן. דערנאך האט מען גענומען גראבן די אקאפע ם אויף דעם װיאן. דעם לעצטן טאג איז שוין אלעס געװען פארטיק, און מיר האבן געװארט אויף דאס אונפארמײדלעכע. דאס שטעטל איז געװען פול מיט קא־ זאקן און טשערקעםן. דאס איז געװען א סימן, אז די דײטשן זײנען שוין נאענט פון שטאט. מיט אמאל זע איך, עס גײט אן עשאלאן בעזשניצעס מיט קי׳נדער און פעקלעך אויף די װעגענער. איך קוק זיך גוט צו און דערקען אין זײ מײנע דראהיטשינער ײדן פון מצרים גאס. איך בין גלײך ארויסגע־ לאפן פון הויז און זײ פארשטעלט דעם װעג. נײן, האב איך