Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 78
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-21

74 דראהיטשין

passage_8caa64023f63d574a055c057
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 23-1514

װאנענדי פאליאקן זײנען דורכגעגאנגען, האבן אויסגעשטאנען געברענטע צרות. איך געדענק װי א באנדע פאליאקן האבן זיך ארײנגעריסן אין תשעה־באב אין חסידים־שטיבל׳ װו מיר האבן אלע, אין טלית־און־תפלין און אין זאקן׳ געדאװנט מנחד״ און האבן די פון תענית־פאר׳חלש׳טע ײדן פארנומען צו טרײבן זײערע םטאדעם אנגערויבטע בהמות קײן אנטא־פאליע. דאם איז נאך געװען פון די קלײנע זאכן. באנדעם ב/יואפנטע פאליאקן זײנען געלאפן װי די צעױשעטע חױת פון שטוב צו שטוב און האבן גערויבט און געשלאגן מבות רצח. זײ פלעגן אראפציען די שטױול און די שיך פון יעדן ײדישן מאן און פרוי. ,אין די נעכט, ליגנדיק אויפן בוידעם, פלעגט מען הערן גרוילעכע יללות, וועלכע האבן זיך געטראגן פון יידישע הײזער, װו די באנדיטישע פאליאקן האבן זיך געלאזן וװילגײן איבער די הילפלאזע ײדן. אײן טאג האבן זיך צו מיר אין הויז ארײנגעריסן א פאר פאליאקן אזן גענומען זיך צו מיר איך זאל זיי געבן געלט. זײ האבן אויסגעטרײסלט מײנע קעשענעס, און נישט זײענדיק באפרידיקט מיט דער קלײנעם םומע געלט, האבן זײ אנגעשטעלט אױף מיר זײערע ביקםן, איך זאל זײ װײזן, װו איך האב באהאלטן מיץ גאלד, אז ני׳ש ט שיסן זײ מיר, עס איז געזוארן א געװײן און א יללה פון מיינע בני־בית און קוים מיט צרות האבן מיר זיך אפגעבעט בײ די רויבערשע פאליאקן. דאם רויבן, שלאגן, און שענדן פון די פאליאקן האט אנגעהאלטן א גאנצע װאך, ביז דער לעצטער רויבערישער פאליאק איז פארטריבן געװארן פון דראהיטשין.

passage_fa30b4e22d757cfb8ab49d5d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1516-2903

װען די באלשעװיקעס זײנען ארײן קײן דראהיטשין זײנען אלע ארויס יפו ן די לעכער אויפן גאס מיט פרײד, װאם, מען איז שוין פטור געווארן פון די פאליאקן. קלײנע קינדער האבן זיך געדרײט ארום די באלשעװיקעס, אן שום מורא, װי ארום אײגענע מענטשן . [איך פערזענלעך האב פון די באלשעװיקעס געליטן א שאדן. װי באװוסט זײנען די באלשעװיקעס געװען אױם־ געהוגגער ט אױף לעדער און האבן געזוכט צו קויפן דעם דאזיקן טײערן ארטיקל. האט מען אנגעװיזן אױף מיר, אלעס אײנעם, װאס האט געהאנדלט מיט לעדער. א גרופע באלשע־ װיםטישע אפיצירן זײנען געקומען צו מיר און איך האב זײ אװעקגעגעבן דאם גאנצע לעדער װאס כ׳הא ב געהאט אין הויז . די באלשעװיקעס ה^^ען מיר באצאלט מיט זײערע פאפירענע געלט. װען די נײעס האט זיך צעטראגן, אז בײ מיר קריגט מען לעדער, איז מײן הויז באפאלן געווארן פון גרופעס סאלדאטן, װעלכע האבן געזוכט און גענישטערט ביז זײ האבן דערטאפט דאם לעצטע ביסל לעדער, װאס איך האב געהאט פארגראבן אין גארטן, און האבן עס צוגענומען. ] א חוץ דעם אינצידענט, װאס איז געשען מיט מיר, איז קײן זאך זאך נישט פארגעקומען. אין שטאט איז געװען גאנץ רואיג. מען איז אנגעגאנען מיט דער פעלד־ארבעט װי גע־ װײנלעך, מען האט שוין געהאלטן בײם אויסגראבן די קאר־ טאפ ל פון די פעלדער, די באלשעװיקעס האבן נאך געהאלפן אין דער ארבעט. מיר אין דראהיטשין האבן אנדערש נישט

passage_783de3f19afcd9386fc10011
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2905-3871

געדײנקט, אז די באלשעװיקעס װעלן שוין פארבלײבן בײ אונז אוי ף שטענדיק . יה. די פאליאקן טרײבן צוריק די גאלשעװיקעס דערװײל האבן די פאליאקן צוגעקראגן הילף פון אנדערע מלוכות, דוי אויך פון די פינצטערע באלאכאװצעם, און האבן אנגעהויבן צוטרײבן צוריק די באלשעװיקעם, װעלכע זײנען שוין געשטאנען בײ װארשע. אז מיר האבן דערפאר פון די נײעס, אז די באלשעװיקעס ציען זיך צוריק און אז מיר װעלן דארפן פון דאסנײ אדורכלעבן די צרות פון די אנ קומענדיקע פאליאקן מיט זײערע שותפים, די באלאכאװצעס, די מערדער, — איז אויף אונז אנגעפאלן א שרעקי^עכער פחד. נישט לאנג װארטנדיק, קורץ פאר רא ש השנה, האבן זיך אין שטאט באװיזן די ערשטע אפטרעטנדיקע באלשע װיסטישע חילות. אײניקע טעג פאר יום־כפור איז די שטאט פול געװארן פון באלשעװיקעם. אלע ײדן פון די דערפער ארום, האבן, אויס מורא פאר די באלאכאװצעם, ארײנגעקליבן זיך אין שטאט. איך װעל קײנמאל נישט פארגעםן יענעם ױם־כיפור,

passage_92952f4430abd831d1df1631
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 3873-5256

דישרעק, װאס איז געפאלן אויף אונז אלעמען. איך האב דאן, אלס שליח־ציבור, געדאװנט מוסף אין דעם חסידים־ שטיבל. אלע פרויען זײנען אװעק אויף דעם אלטן בית־עולם צו רײסן די קברים. זײערע געװײנען און געשרײען, װעלכע האבן זיך געריסן אין הימל ארײן, האבן מיר אזקז געהערט אין שוהל און מיר האבן אלע מיטגעװײנט מיט זײ... אז דער עװיגער זאל רחמנות האבן און ראטעװען אונז פון די מערדע־ רישע באלאכאװצעם... דעם ערשטן טאג סוכות האט זיך איבער דראהיטשין אנגעהויבן די איבערשיסונג פון די פאליאקן און די באל־ שעװיקעס. די םנאראדן פון די הארמאטן פון בײדע זײטן זײנען געפלויגן איבער אונזערע קעפ און פיל פון זײ זײנען געפאלן אין שטאט, א פאר שעה בלויז האט אנגעהאלטן די באמבאדירוע און ם׳איז שטיל געווארן. מיר זײנען דאן ארוים פון די קעלערן און גריבער און ארײן צוריק אין די הײזער און ארויסגעקוקט דורך די פארהאנגענע פענםטער און געזען, װי די פוילישע אפטײלונגען מארשירן ארײן אין שטאט. קײנער האט אבער נישט געװאגט זײן קאפ ארויםשטעקן. אלע האבן געלעבט אין שרעק פאר דעם קומענדיקן מארגן. יט. מיר זײנען אין םכנ ה נאכדעם װי די פאליאקן האבן אפגעמאשירט צום פראנט, צו פינםק, איז די שטאט פארבליבן הפקר און קײן שום מאכט. א פאר זשאנדארן האבן זיך געפונען אויפן זאמד, אבער זײער װירקונג, אלס זיכערקײט פארן שטאט, איז געװען א מינימאלע.

passage_fa8c5bedb365ebaad9e4d1be