Community
Chartkiv
טשארטקאווער
A community whose Jewish council was discussed in the account.
Page scan 109HIGH confidence
Learn more with AI
Read more about Chartkiv than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.
Beyond the book
A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 109
א קורצע צייט שפעטער, ווען איך בין איינמאל אין מיטן טאג
צוריקגעקומען פון לאגער צו די לינטשיצע׳ס(דארט האב איך געוואוינט), האב איך
געטראפן דארט הערש לינדמאן, ווארטנדיק אויף מיר. ווען איך האב אים
אויפמערקזאם געמאכט אויף דער סכנה צו זיין דא, האט ער מיר געזאגט, אז ער
האט חרטה אויף זיין שריט, וואס האט געקאסט צען קרבנות, און ער וויל אויך
ארויסראטעווען זיין פאטער, וואס לייט דורך אים. ער וויל פארבייטן דעם
פאטער, נאר ער האט מורא, אז דער טשארטקאווער "יודנראט" וועט אים
איבערגעבן צו דער "מאכט" אפיציעל; איז אים וועט מען הענגן און דעם פאטער
וועט מען נישט באפרייען. מיר, דאקעגן, וויל ער זיך יא איבערגעבן און אז איך זאל
אלץ דערליידיקן. איך האב צוערשט זיך נישט געוואלט אריינמישן, נישט זייענדיק
זיכער מיט אים. איך האב אים געהייסן ווארטן און דעם אנדערן טאג האב איך
גערעדט מיטן פאטער און אים אלץ דערציילט. ער(דער פאטער) איז געווען קעגן,
ווייל ער האט געקענט די סיטואציע. איך האב נאכ גערעדט מיט עטליכע לאגער־
יידן, טשארטקאווער און אנדערע, וועגן דעם ענין און אלע האבן מיך געווארנט
דאס נישט צו טאן, ווייל אויב ער וועט זיך באווייזן, וועלן זיי גלייך אים איבערגעבן
צו די דייטשן, כדי ער זאל מער קיין מענטש נישט פאראומגליקלעכן. איך וויל נאך
באטאנען, אז אזוי האבן גערעדט שטילע, ארנטלעכע מענטשן, וואס איך האב
געקענט פון פאר דער מלחמה. איינער פון זיי, א פארארבייטער, האט מיר געזאגט:Source passage 2
OCR · respaced for reading · scan 250
... שער עפעס פארטראכט: (פארט פאליציי) ער
וועט ברוך לייב׳ן שטעלן א פראגע. אויב ער איז טאקע פון סקאלע, טא זאל ער
זאגן צו וועמען געהערט סקאלע? געמיינט האט דער אויספארשער דערביי, אז
אויב דער "יודע" ווייסט, אז סקאלע געהערט צו גראף גאלוכאווסקי, איז ער נישט
קיץ "שפיאן", נאר גלאַט עפעס א שוטה, א צעדרייטער, און ער וועט אים
באפרייען. טאמע ר נישט, אויב ער וועט נישט וויס ן דעם ריכטיקן ענטפער, איז ער
טאקע זיכער א געפערלעכער שפיאן. דא האט דער אויספארשער א נעם געטאן
ברוך לייב׳ן אויפ׳ן צימבל: דו טענה׳סט אז דו ביזט א סקאלער־טא זאגזשע מיר
קלאר צו וועמען געהערט סקאלע? און ברוך לייב האט גלייך געענטפערט "סקאלע
איז אין דער התחלה געווען כולה־וויזשניץ, ביז עס זענען אויפגעשטאנען עטליכע
הולטאיעס, דראבעס און זיך אפגעשפאלטן קיץ טשארטקאוו" ־ קלאר ווי דער
טאג. ...Connected nodes
Person
Hersh Lindman
Appears in same passage
Family
Lindman family
Appears in same passage
Place
the camp
Appears in same passage
Place
the Lintschitzes’ residence
Appears in same passage
Institution
Chartkiv Jewish Council
Appears in same passage
Organization
the Germans
Appears in same passage
Place
Skala
Appears in same passage
Person
Count Galuchowski
Appears in same passage
Community
Vizhnitz
Appears in same passage
Organization
Police
Appears in same passage
Extracted claims
Every claim remains attached to its own quoted evidence.