Person
Yitzhak Yaakov
יצחק יעקב
Named as Aharele’s grandfather.
Page scan 154MEDIUM confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 154
מערץ 943 וזיצן מיד, אלע ארבעטער, ביי משה וויידבערג אין הויז
און מען וויל הערן עפעס נייעס, ווייל עס איז געקומען פון בארשטשאו אהרע׳לע
(יצחק יעקב קלעזמערס אן אייניקל) און דערציילט אז מען לעבט דארט אין גרויס
שרעק, אבער מען זעט אסך יידן און מען רעדט פאליטיק. ער טוט אפילו אמאל א
זינג צווישן יונגווארג, ווייל ער האט געקענט זייער שיין זינגען. אינמיטן אויספרעג
אים וועגן בארשטשאו קומט אריץ הערש, ישראל שמעץ׳ס זון. דערזייענדיק
אהרעלן, זאגט ער: "אוי, אהרעלע, עס איז דא אזוי אומעטיק, מען זעט נישט קיץ
מענטש, איך קום צולויפן אהער אלע מאל, איך זאל עפעס הערן. און אז היינט האב
איך דיך געטראפן, זינג זשע אונז עפעס, מיר זאלן פארגעסן אויף א פאר מינוט די
גרויסע צרות." לאזט אהרע׳לע זיך לאנג נישט בעטן און זינגט "מיין שטעטעלע
בעלז", און הערש זיצט און קוועלט און זאגט: "אוי, ווען איך זאל קענען אים
צוהעלפן מיט מיין פידעלע". אץ מיר האבן טאקע פארגעסן וואו מיר געפינען זיך.
מיטאמאל גיט זיך א מאך אויף די טיר און מיר דערשרעקן זיך אלע. עס שטייט
משה "זובע"(יואל קצב׳ס אן אייניקל) און גיט א געשריי: "וואס זיצט איר דא און
זינגט? עס הייבט זיך איצטער אן אן אקציע אין בארשטשאו!" און מיר צולויפן ...Connected nodes