Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 116
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1089

אויסשיסן. די טריט פון באשטיוולטע אוקראינישע פאליציאנטן וואס זוכן יידן, האבן בייטאג און ביינאכט אפגעהילכט אין דער קברים שטילקייט פון די סקאלער גאסן, אנזאגנדיק די דערנענטערונג פון סוף. יעדע ביקסן־קנאל, וואס האט אפגעהילבט אין דער שטילקייט, האט אונדז אנגעזאגט, אז נאך א יידיש לעבן איז אויסגעלאשן געווארן און אז דער זעלבער גורל דערווארט אויך אונדז א מינוט, א שעה, אדער א טאג שפעטער. געטריבן פון בלינדן לעבנס־אינסטינקט און פחד, האבן מיר אין מיטן פון אן אויסגעשטערנטער זומער נאכט, סוף יוני 943ו, באשלאסן צו פארלאזן די סקאלער חורבות און צו אנטלויפן אין וואלד אריץ ביים ראנד פץ דער שטאט. וואס צו דערווארטן אין וואלד, האבן מיר נישט געוואוסט. וואו און וויאזוי מיר וועלן דארט קענען זיך אויסבאהאלטן און עקזיסטירן, האבן מיר זיך אפילו נישט פארגעשטעלט. נאר דער בלינדער לעבנס־אינסטינקט האט אונדז אונטערגעזאגט יענע נאכט, אז די גרויסע און ברייטע שטחים פון געדיכט־ באצווייגטע ביימער פון וואלד וועלן אונדז אפשר באשיצן קעגן די מענטשן־חיות וואס פארפאלגן אונדז.

passage_f35f0d9e3ed8d75d1ba57ee5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1091-2244

א קליין הייפעלע דערשלאגענע יתומים זענען מיר געווען. איינצענע שרידים פון פארטיליקטע משפחות: איך דער יינגסטער ־ 17 יאר אלט; מיינע שוועסטער־קינדער נחמיה שטאק ־ 20 יאר אלט און מלכה שטאק ־ 9 ויאר אלט: דארע פייערשטיין(דעם זייגערמאכער'ס טאכטער) ־ 28 יאר אלט און די ברידער שווארצבאך(די סיקעריניצער) זיוניע ־ 20 יאר אלט און מאירציע ־ 19 יאר אלט. מיר זענען געשטאנען פאר דער אפענער טיר פון אונדזער הויז און שטום ארויסגעקוקט אין דער נאכט אריץ. א שווערער אומעט האט געדריקט אויף אונדזערע צעווייטאגטע געמיטער און א צאן האט געקלאפט אין א צאן. די נאכט איז געווען א לויטערע און אויסגעשטערנטע. די טויטע יידישע גאסן און ליידיקע הייזער מיט צעפראלטע טירן און ארויסשטארצנדיקע, צעבראכענע שויבן, האבן אנגעווארפן א פחד. פון די ארומיקע גארטנס און פעלדער האט זיך געטראגן א פרישער ריח פון געשניטענע גראזן און פון אויפגייענדיקער תבואה. מיט פארטרוקנטע, פארשמאכטע גומענס און פארהאלטענע אטעמס האבן מיר זיך צוגעהערט צו די באשטיוולטע טריט פון די דייטשע און אוקראינישע נאכט־ פאטרולן און צו דעם האסטיקן קלאפן פון אונדזערע אייגענע הערצער.

passage_24b76d7c40ea65c63f1adf90
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2246-3069

ווען די טריט פון די פאטרולן האבן זיך דערווייטערט און זענען פארלוירן געגאנגען אין דער נאכט־שטילקייט, און ווען די לבנה האט זיך באהאלטן אונטער א פארבייגייענדיקער כמארע, האבן מיר זיך אויף די שפיץ פינגער, איינער נאכן אנדערן, אנגעהויבן ארויסצושארן פון אונדזער געסל. ארויס פון דער "אילניצע" זענען מיר פארבייגעלאפן דעם פוסטן בית המדרש, ארונטער בערגלעך, פארביי געסלעך און חורבות און דורך די גערטנער האבן מיר זיך ארונטערגעלאזט אין טאל אריין, וואו עס שלענגלט זיך דער שמאלער וואסער־שטראם פון דער גראלניע אין זברוטש אריין. אריבערגעשפרונגען דעם "פאטיק", האבן מיר אנגעהויבן צו קלעטערן בארג־ארויף, אויף דער צווייטער זייט פון טאל, וואו אויפן ראנד זענען געשטאנען, איינס נעבן אנדערן, פויערישע הייזער און סטאדאלעס. פלוצלונג האבן 96

passage_3c4bb5a6b5a11f4299dfa9e4