Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 118
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-483

הא ט מען זיך אויך אנגעהויבן טרעפן מיט אנדערע לעבן־געבליבענע סקאלער יידן, וואס זענען צוערשט ניצול געווארן פון בארשטשעווער געטא און דערנאך אנטלאפן פון סקאלע אי ן וואלד אדיין . אז דא איז מיט דער צייט די סקאלער וואלד ־ קאלאניע אויסגעוואקסן פון עטליכע צענדליק מענטשן צו א מחנה פון איבער 150 מענער, פרויען און קינדער, וואס האבן זיך צושפדייט איבער פארשידענע רעוויר ן פץ וואלד און זיך א צייט געקלאמערט אין אט דעם לעצטן מקום מקלט .

passage_b9a1f1668e9e3c2c72b65d43
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 485-1776

פון יענעם ערשטן טאג אין וואלד ליגן איינגעקריצט אין מיין זכרון פארשידענע בילדער און מאמענטן. עס ליגט מיד נאך ביז היינט אין די ביינער דער "טעם" פון די לאנגע, רעגנדיקע נעכט און פון די צום לייב צוגעקלעבט, קאלטע אץ נאסע בגדים. מיד ליגן צוגעטוליעט איינער צום צווייטן און בעטן שטיל רחמים ביי די הימלען זיי זאלן שוין אויפהערן גיסן און פליוכען. ס׳איז נאם אץ קאלט אויף דער נשמה און מורא׳דיק האפנונגסלאז. דאס הארץ קלעמט פון הונגער אץ די פארגליווערטע ליפן לעכצן נאך א לעפל געקעכץ. מיר קענען נישט אנטשלאפן ווערן אין דער נעץ אץ זוכן שוץ אויף עטליכע שע ביי ם ראנד פון וואלד אין א פארלאזענעם, שטרויענעם ביידל פץ וואלד־וועכטער. ווי גיך דער הימל הויבט אן בלויען, פארלאזן מיר דאס ביידל און גייען צוריק אין דער נאסער געדיכטקייט פון ביימער, צווייגן און בלעטער. עס הויבט אן טאגן און א שעמעוודיקע פרימארגן־זון באווייזט זיך צווישן די צווייגן. מיר הויבן אן אויסצודרייען דאס וואסער פון אונדזערע בגדים און זיי לאנגזאם טריקענען אויף דער זץ. די ליידיקע מאגנס האלטן אין איין מאנען זייערס מיט עקשנות און דער פחד פארן אומבאקאנטן וואלד פאראליזירט דעם מוח און די אברים. מיר קוקן זיך איבער אין פארצווייפלונג און פרעגן זיך שטומערהייט:

passage_71bd162c5401ee4008a1c05b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1778-2904

וואס וועט זײן ווייטער? נחמיה גיט אונדז דעם ענטפער: ער הויבט זיך אויף פון נאַסן באדן, ווארפט ארויף אויף די פלייצעס די דורכגעווייקטע קורטקע און פארשווינדט צווישן די ביימער. וואוהין ער איז אוועק ווייסן מיר נישט. מיר ליגן מיט פארקלעמטע הערצער און ווארטן אויף אים מיט אנגעשפיצטע אויערן. מיר ווארטן לאנג אויף אים. יעדע מינוט דאכט זיך אונדז אויס צו זיין א שעה און יעדע שעה אן אייביקייט. ענדלעך דערהערן מיר א גערויש פון געשטויסענע צווייגן און בוימער און באלד באווייזט זיך אויך נחמיה. ער שווייגט און נעמט ארויס פץ אונטער דער קורטקע א בינטל פון פויערישן געוואנט, גרויס ווי א הויפטל קרויט. ער דעקט אויף דעם געוואנט אץ מיר דערזעען פאר זיך א רונדן, קאלטן קאלעשע־ קוגעל. עמיצער דערלאנגט אים א טאשן־מעסערל און נחמיה צושניידט מעטאדיש דעם קאלעשע־קוגעל אויף קליינע דריי־עקיקע פענעצלעך, ווי מען צעשניידט א חתונה־טארט. מיט ציטערנדיקע פינגער נעמט יעדער איינער פון אונדז א פענעצל קאלעשע, גרויס ווי א ביסן, און שלינגט אים שנעל אראפ. דאס איז געווען אונדזער ערשטער מאלצייט אין וואלד . * * * 98

passage_c44f7818151fb9ace499954d