דע ר הונגער, ד י קעלט, דע ר פחד או ן פארווארלאזטקייט פו ן ייד ן אי ן וואל ד האב ן זי ך באזונדער ס שווע ד אויסגעווירק ט אוי ף ד י עלנטע, ד י אליין ־ געבליבענע, הילפסלאז ע פרויען, קינדער, אלט ע או ן שוואכע. ווע ן דע ר ביטער ־ קאלטע ר הארבס ט או ן ווינטע ר האב ן זי ך אנגערוקט, וענע ן א ט ד י אומגליקלעכע, עלנט ע מענטש ן געווע ן ד י ערשט ע קרבנות. אייניק ע זענע ן אי ן וואל ד פארפרויר ן געווארן, אדע ר זענע ן פאמיילע ך אויסגעגאנגע ן פו ן הונגע ר או ן קעלט. אנדער ע הא ט דא ס ווינטע ר וועטע ר פארטריב ן פו ן וואל ד או ן זי י האב ן זי ך א צייט־לאנ ג ארומגעוואלגער ט אי ן ד י חורבו ת פו ן סקאלע ר יידיש ע הייזער, אוי ף בוידעמע ר או ן אי ן קעלערס, בי ז אוקראיניש ע רוצחי ם האב ן זי י געכאפ ט או ן דערשאסן, אדע ר בי ז זי י זענע ן אוי ך אויסגעגאנגע ן פו ן הונגע ר או ן קעלט. ע ד היו ם ווייס ט ניש ט קיינע ר גענו י וו י אוו י עטלעכ ע סקאלע ר זענע ן אומגעקומע ן או ן ווא ו זייע ר געביי ן געפינ ט זיך •
דא םלעבן איזן וואלד האט אבער, נישט געקוקט אויפן הונגער, קעלט און אונדזער אלגעמיינע האפנונגסלאזיקייט, געהאט אויך "פאזיטיווע" מאמענטן. נא ך די פינצטערע און שטיקנדיקע געטא־בונקערס, טוכלע, קאלטע קעלערס און צעהיצטע בוידעמער, אין וועלכע יי ק האבן זיך אויסבאהאלטן, צוערשט אין סקאַלע און שפעטע ר אין בארשטשעוו, איז דער וואלד אין א געוויסער מאס געווען א פארלייכטערונג און אנטשפאנונג. די שימערירנדיקע, גרינע ביימער אונטער ברייטע, בלויע הימלען, די פריש שמעקנדיקע גראזן און בלומען און די זינגענדיקע פיעל האבן געווירקט ווי א באלזאם אויפ אונדזערע צעווייטאגטע הערצער. די פרישע, שארפע וואלד־לופט, די ליכטיקע, ווארעמע זון, די מילדע, זומערדיקע דרום־ווינט ן און די אילוזיע פון פרייהייט אין דער נאטור, האבן אונדז, בעיקר אין די זומער חדשים, פיזיש געשטארקט און דערוועקט אין אונד ז פונקען פון האפנונג. אסך האבן אויך ביעעטראג ן דערצו די רוסישע פארטיזאנער־גרופעס, וואס האבן זיך באוויזן אין וואלד. די דאזיקע פארטיזאנער פלעגן דאן אין קליינע גרופעס פון 4־5 מענטשן זיך אפשטעלן אין אונדזער וואלד, אויפן וועג צוריק קיין רוסלאנד. איך געדענק מיט וויפל באוואונדערונג און ליבשאפט מיר האבן זיי באקוקט און ווי שטארק מיר האבן זיי מקנא געווען אויף זייערע אויטאמאטישע ביקסן. בדרך כלל האבן אונדז די רוסישע פארטיזאנער געזוכט אויסצומיידן, און יונגעלייט וואס האבן זיך געוואלט צו זיי אנשליסן, האבן זיי אוועקגעטריבן פון זיך. בלויז צוויי פון אונדז, שמואל אועענבליק (פון גושטין) און משה זאלצמאן, האבן באוויזן זיך אנצושליסן אין איינעם פון די פארביעייענדיקע גרופעס. שמואל אוענבליק האט מיטגעקעמפט מיט זיי קעגן די דייטשן אויף פארשיידענע פראנטן און איז ערשט נאך דער באפרייאונג פון סקאַלע צוריקגעקומען אין שטעטל.
אין די באוואפנטע רוסישע פארטיזאנער האבן מיר דערזען די ערשטע שוואלבן פון פרייהייט. זיי האבן אנגעפילט אונדזערע הערצער מיט פרישער האפנונג און האבן גלייכצייטיק אנגעווארפן א פחד אויף די ארטיקע אוקראאינישע און דייטשע מערדערס, וואס האבן צוליב זיי נישט געוואגט א צייט לאנג אפילו צו דערנענטערן זיך צום וואלד. וסו