Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 137
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1080

ענדלעך גייען זיי אריבער און מיר, מיעד און דערשראקענע, שלאגן זיך צו צו דער שטאט. מיד גייען ווייטער מיטן פעלד, וואס פירט אונדז אדיין ביז צו דעם הויז, וואו עס וואוינט מײַן ברודער. איך קלאפ אן אין טיר און פענצטער, אבער קיינער ענטפערט נישט, ביז ענדלעך איך דערהער מײַן ברודערס קול, וואס איז צוזאמען מיט דער פאמיליע פארשטעקט אויפן מידעם. ער קומט גלייך אראפ, זייער איבערראשט, און מיר, דערזעענדיק זיך נאך אזא לאנגער צייט אין אזא פינצטערער מינוט, וויינען מיר ביטער. מיץ ברודער דערציילט מיר, אז היינט איז געווען א שרעקלעכער פאגראם אין קאפיטשיניץ און מארגן וועט זיין אין בארשטשאוו און מעגלעך נאך אין סקאלע, אזוי אז איך בין גאנץ אין א "גינסטיקער מינוט" צוריקגעקומען. מײַן מאן ווייסט נישט גארנישט, ער שלאפט נישט ביים ברודער, ער וועט ערשט מארגן דערזען, וואס עס איז געשען. ביז מארגן פרי קען נאך פארשיידנס פאסירן. ענדלעך האב איך זיך דערווארט. מײַן מאן איז אנגעקומען, אבער ווי גרויס איז געווען זיין פארצווייפלונג, וואו זאלן מיר זיך אהינטאן?

passage_7141ff39788855128cb29f2d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1082-2827

דערווייַל איז שוין דער פאגראם אין בארשטשאוו. אלע יידן באהאלטן זיך און מיר האבן נישט וואו צו גיין. אבער מיין מאן פארלירט זיך נישט, לויפט צו א פויער און בעט אים ער זאל אונדז איבערהאלטן א פאר טעג, שפעטער פירט ער אונדז אהץ. מיר זענען שוין אין א פרישער "וואוינונג". ראם איז א קליין נידעריק בוידעמל, אויף וועלכן מען קען נאר ליגן, ווייל אויפזעצן זיך קען מען נישט. ראם בוידעמל איז אפן. מיין מאן ברענגט ברויט און מיר הייבן אן אויף ס׳נייע לעבן צו פירן. דער טאג גייט אריבער רוהיק. מיין ברודער מיט דער פאמיליע זענען אויך געגאנגען צו א פויער. דעם צווייטן טאג גייט מיין מאן אין שטאט און מיר באשליסן, אז אויב עס וועט עפעס אין צווישן געשען, דאס הייסט אויב עס וועט אויסברעכן א פאגראם, זאל מיין מאן זיך פארשטעקן וואו ער וועט זיין און איך דא, ווייל מיט דעם גייען קען מען דערווייל באקומען די קויל. ווי נאר מיין מאן איז אוועק האט מיר די פויערטע דערציילט, אז דאס גאנצע שטעטל איז זיך צעלאפן, ווייל מען האט טעלעפאנירט, אז די געסטאפא קומט. מיר עצה׳ט זי זאפארט צו גיין זיך באהאלטן אין וואלד, ווייל זי וויל מיך נישט האלטן, זי האט מורא. איבעריקס איז אומזיסט דאס באהאלטן זיך, זי ווייסט פון אירע שכנים, אז מען וועט אפילו איין יידישע נשמה נישט איבערלאזן ־ אזוי "טרייסט" זי מיך. איך בעט זי און זאג איר זי זאל מיך נישט פארטרייבן ביז מיין מאן וועט קומען נאך מיר, אויב מען וועט מיך דא טרעפן, וועל איך זאגן אז איך בין דא אליין ארויפגעקראכן. זי בארוהיקט זיך און לאזט מיך זיין, איך בין אבער וואס ווייטער ווייניקער רוהיק. איך זע, אז זי איז גרייט אפילו אליין אנצואווייזן אויף אונדז, בכדי זי זאל זיך ריינוואשן.

passage_dd10750697990bd0ccfcff8c
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2829-3238

ענדלעך פארגייט דער טאג רוהיק און מיין מאן קומט. ער דערציילט, אז זיין שוועסטער איז געקומען פון בארשטשאוו, זי איז אנטלאפן בשעת דעם פאגראם. ער דערוואוסט זיך די פרישע צרות און באשליסט נאך די נאכט זיך צוצושלאגן צו דעם פריערדיקן פויער, אפשר וועט ער אונדז צוריקנעמען. איך האב קיין ברירה און באשטיי אויף אלץ, כאטש איך ווייס, אז אויף די וועגן זענען 7 ו ו

passage_3016bd21384ae843bb44797a