Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 139
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1242

ניצול צוו ווערן. מיט דעם אליין ווערט לייכטער אויפן הארץ און נישט געקוקט אויף אלע פיינען באקומט מען בטחון און מען באקומט פרישע כוחות צו קעספן. מיין מאן דערציילט מיר, אז דער פויער, ביי וועלכן איך בין קודם געווען וויל מיך צוריקנעמען, נאר ערשט נאך אפאר וואכן, ווייל איצט האט ער נאך מורא, דאס גאנצע דארף קאכט מיט אים אז ער באהאלט יידן. נאר ער האט דערווייל א צודיטן ארט, וואס א באקאנטער פויער האט אים רעקאמענדירט. ראם ארט איז ביי א יונגער פויערטע, אן אלמנה, און זי איז גרייט אונדז איבערצוהאלטן צוויי מאנאטן. איך וויל מיר אליין נישט גלויבן אונדזער גליק. מיר באשליסן נאך די נאכט צו פארלאזן סקאלע. מיין מאן גייט צום פויער אין זיין וואוינונג. הייסט זיך געבן די פאר זאכן וואס מיר האבן אים געגעבן צו באהאלטן. די פויערטע לאכט זיך פון אונדז אויס און זאגט, אז מיר דארפן זי שוין נישט און ליבער וועט זי האבן די זאכן, איידער אן אנדערע. באין ברירה פארלאזן מיר סקאלע גענצליך אן זאכן. דער פויער וויל נישט אפילו אונדז ארויספירן פון זיין טיר, בכדי צו זען צי מיר קענען אומגעשטערט פארלאזן זיין בוידעמל. אזוי קומט מיר שוין אויס דאס צווייטע מאל ביינאכט צו וואנדערן, 3.7.1943

passage_67fc27b853ee84dd2052f8e1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1244-2998

מיר געפינען זיך אין פעלד ווייט פון א ישוב. איך מיט אונזער קינד זעצן זיך אוועק אין די הויכע זאנגן, וואס פארשטעלן און באהאלטן אונדז. מיין מאן גייט אויפסניי צום פויער פארשטענדיקן אים, אז מיר זענען אויפן וועג צו אים, ער זאל גיין אונדז אנטקעגן. איך מיט׳ן קינד בלייבן גאנץ אליין, אין פעלד. אבער איך בין שוין אזוי אפאטיש אז עס ווירקט נישט אויף מיר. איך לייג זיך אוועק אויף דער פייכטער ערד און הער זיך צו. ארום איז שטיל, מען הערט נישט קיין מינדעסטן גערויש. עס איז א העלע ווארעמע זומער־נאכט. איך לאז מיינע געדאנקען אויסרוען און טראכט כמע ט גארנישט. נאר די נאטור טוט אירס. נישט ווילנדיק ווירקט זי אויף מיר ווי א באלזאם אויף מיינע וואונדן. עס קומען דערינערונגען אויף דערינערונגען. איך דערמאן זיך אין אזעלכע שיינע זומער־ נעכט גלייך ווי ס׳וואלט נעכטן געווען. די נאטור איז אומגעענדערט מיט איר געזעצמעסיקייט און מיט איר שיינקייט. דוכט זיך די זעלבע נאכט, מיר שול־ קינדער מאכן א נאכט־אויספלוג. עס גייט א מחנה פון פריילעכע, זארגלאזע קינדער. אונדזער געשעצטער ליבער לערער גייט גלייך מיט אונדז און איז כמע ט אזוי פריילעך און קינדעריש ווי מיר אלע. מיר פרייען זיך מיט דער שיינער נאכט. מיר זינגען הימנען און באזינגען די שיינקייט פון דער וועלט. אונדזערע קולות קלינגען און הילכיקן, ווייט איבער די פעלדער... אבער נישט לאנג געלונגען מיר אזוי צו טרוימען. עס קומט די קעגנווארט און דער אמת שטייט ווי א פינצטערע נאכט פאר מיינע אויגן, איך בין ארויסגעווארפן אויף רעם מיסט־קאסטן פון רעם לעבן. מיין מאן איז אויפסניי געגאנגען אויסבעטלען פאר אונדז א ווינקעלע. עס גייט אוועק א לענגערע צייט, איך וועד וואס אמאל אומרוהיקער, אוז וואם אמאל

passage_16d99e35d2f727e5f6c9a870
Passage 3normalized OCR · source chars 3000-3005

9 ו ו

passage_72298a9417612af721079c81