Original scan
Original memorial-book scan 151
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1411

קומען באקלאגן אריף אים, האט ליב געהאט צורעק מיט חיימ׳ען וועגן די״עניינים". באזונדערס ווען עס איז געווען א "גרינגערער" טאג, פלעגט ער, מאטיע, אנהויבן דעם שמועס בזו הלשון: "אוי חיים, חיים! ביזטו אויף צרות, אלע יידן בעטן צו דערלעבן די ישועה, און אז די ישועה וועט קומען, וועלן די ודיבער דיך ארויספירן אין מארק א ק הענגען, פאר די צוגענומענע טעפ, שיסלען, פעסער אץ וואס נישט?" ביז איינמאל האט חיים זיך אנגענומען מיט קוראז׳ און מאטיען צוריקגעפרעגט: "וואס וועט איר טאן, ה׳ וויידבערג? איר האט צוגענומען ביי די יידן דאס געלט, דאס צירונג, די פוטערם, איר האט פארשיקט מענטשן אין לאגער אריץ?" און מאטיע ענטפערט אים גלייך אן א שמייכל: "איך? איך וועל אנטלויפן מיט די דייטשן". דערהערנדיק דעם ענטפער, איז חיים געבליבן א געפלעפטער. מאטיע וויידבערג וועט אנטלויפן מיט די דייטשן!? ער איז עטליכע טעג ארומגעגאנגן א שווייגנדיקער, ביז ער איז איינמאל אריץ אין "יודנראט" און צוגייענדיק צו מאטיען, האט ער אזוי געזאגט: "הער ודידבערג! איך האב נעכטן איבערגערעדט מיט מיין ווייב, רייזיע׳ן, און מיר האבן באשלאסן, אז ווען די ישועה וועט קומען, וועלן מיר פארקויפן די שטוב און צוריקקויפן אלע ווייבער נייע טעפ. אץ איר, אז איר ווילט אנטלויפן מיט די דייטשן, לויפט״ , . . "ד יידישע מאכט" דער ווינטער פון 42 ־ 1941 איז געווען פאר יחץ א זייער שווערער.

passage_37d34e9633ea739e8097f3a7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1413-2271

אלץ האט אויסגעפעלט, אנהויבנדיק פון פרייהייט און ענדיקנדיק מיט א שטיקל ברויט. צוויי זאכן האט דער באשעפער נישט געזשאלעוועט זיין אויסדערוויילט פאלק־צרות און שניי; אץ די צוויי זענען געווען געקנופ ט אץ געבונדן. יעדן טאג האט מען געטריבן ייק רייניקן דעם שניי און יעדן טאג זענען געווען צרות. שוין דאם צושטעלן דעם געפאדערטן קאנטיגענט צו דער ביטערער ארבעט איז געווען פארבונדן מיט גרויסע שוועריקייטן, ספעציעל נאך דעם צווייטן לאגער־ טראנספארט, וואו די גרעסטע צאל געכאפטע איז געווען דאן ביים רוימען דעם שניי. דאם האט אין א גרויסער מאס געשאפן א מחיצה צווישן די יידן און דעם "יודנראט", ברענגענדיק א קריזיס פון צוטרוי מצד די ערשטע לגבי די לעצטע. איך וויל דא איבערגעבן א מעשה שהיה פון יענער צייט, וואס וועט בולט באווייזן דעם פירוד הלבבות פון יענער צייט.

passage_73d3722c99ae11515f6a7894
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2273-3069

אין א דאנערשטיק, ענדע פעברואר 1942 זענען אנגעקומען פון ערגעץ א צאל לאסט־אויטאס מיט אונגארישע סאלדאטן אדף זייער וועג קיץ רוסלאנד. דער וועג צו דער בריק איז אבער געווען פארבלאזט מיט שניי און זיי האבן נישט געקענט דורכפארן. זיי האבן זיך געווענדעט צו דער געמיינדע נאך ארבעטער, כדי באלד ריין צו מאכן דעם וועג, און דער בירגערמייסטער, קאוואלישין, האט תיכף געפאדערט מענטשן פונם "יודנראט", באטאנענדיק, אז מ׳זאל די סאלדאטן נישט לאזן דארט לאנג ווארטן, ווייל עס קען ברענגען צרות. דער "ארדנונגס־דינסט" איז געשיקט געווארן צו ברענגען די נויטיקע מענטשן, ווייל וואס פריער די רשעים וועלן אוועקפארן, וועט זיין בעסער. נאר ס׳טוט זיך נישט ווי עס רעד זיך. כמעט אלע מענער, הערנדיק, אז עפעס רודערט זיך אין 131

passage_0c7a2594725a373e3af37d57