Original scan
Original memorial-book scan 152
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1546

"יודנראט" מיט די דייטשן און די "ארדנונגס־דינסט" זוכט מענטשן צו דער ארבעט, האבן זי זיך באהאלטן. און אויב מ'האט שוין יא עמיצן געטראפן, האט ער זיך אפגעזאגט צו גיין. עס האבן נישט געהאלפן קיין פארזיכערונגען מצד די "ארדנונגסדינער", אז דאס איז נישט קיין לאגער נאד מען וויל פארמיידן אז די זעלנער זאלן אנטאן צרות, אויב די ארבעט וועט נישט געמאכט ווערן אין דער צייט. עס האט גארנישט געהאלפן. און ווען משה בילגאריי הי״ד, לויפנדיק פון שטוב צו שטוב, איז אריינגעקומען אין הויז פון משה וויינגאסט און געטראפן אים אין דער היים, האט זיך דער לעצטער אפגעזאגט צו גיין. אויף בילגארייס אלע פארזיכערונגען(זיי זענען געווען פריינט), האט משה וויינגאסט געזאגט: "ווי קען איך דיר גלויבן, ווען דו ארבעסט פאר דער "יידישער מלוכה", און זיי גלויב איך נישט". און ווען בילגאריי, א מידער און אויפגערעגטער, האט אים געזאגט: אדב דברים און אויפקלערונגען העלפן נישט, וועל איך דיך דארפן שלעפן. האט אים משה וויינגאסט געענטפערט: "איך ווייס אז דו קענסט מיט מיד, אדער מיט אנדערע יידן, טאן וואס דו ווילסט. נאד ווייסטו משה, ווען איך וועל וויסן, אז דו האסט טאקע מאכט? אז דו וועסט צוגיין צו מאטי ע וויידבערג׳ס הויז און נעמען דעם שווארצן מעטרי(מיינענדיק דעם גוי דמיטרי מוליארטשיק, א פולשטענדיקער אידיאט, וואס איז תמים געזעסן פאר מאטי ע וויידבערגס הויז)". דער ארגומענט האט געווירקט, משה בילגאיי האט אים שוין נישט גענומען, נאד א פארטראכטער ווייטער געלאפן פארזארגן אנדערע ארבעטער.

passage_157fb66e635e4fbb98ec7bc4
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1548-2649

ד יפעלץ־מצוו ה . . . געווען איז דאס אין א זונטיק, דער באקאנטער זונטיק אין חודש דעצעמבער ו94ו, ווען אלע יידן האבן געמוזט אפליפערן צום "יודנראט" אלע פוטערנע מלבושים, פעלצן, מענערישע און ווייבערישע. די אזוי גערופענע "פעלץ־אקציע" האט ארומגענומען אלע מינים פוטערס, ווי אויך קאלנערס, היטלען און אפילו הענטשקעס. מיט די יידישע ווארעמע מלבושים האבן די דייטשן ימ״ש געפלאנט צו באקליידן זייערע סאלדאטן אויפן רוסישן פראנט און אזוי אדום באקעמפן דעם מוראדיקן "דיאדיא מאראז" (דעם פעטען פראסט). ז־ער אפליפערונגס־באפעל איז געקומען אין דער לעצטער מינוט, כדי די יידן זאלן קיץ צייט נישט האבן די קעגנשטאנדן צו פארקויפן. אין שטאט איז געווארן א טומל, יעדער ייד האט געפרואווט פארקויפן, אדער אוועקגעבן צו א גוי כאטש א טייל פון די ווערטפולע זאכן. דערפאר האט זיך אין די ערשטע שעה׳ן כמעט קיינער נישט באוויזן אין "יודנראט" און די שפאנונג איז דארט געוואקסן, ווייל לויטן באפעל האט פאר נישט אפליפערן די זאכן געדראט טויט־שטראף. איינער פון די ערשטע האט זיך באוויזן שלמה סופר, הי״ד,

passage_9deb762584e638521607d4cc
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2651-3016

ברענגענדיק זיי ן פארמעגן, זענען אפגעכוימלט פוטערן־קוטשמאלע. ווען מאטיע ודידבערג האט דערזען דעם "פאטשאנטעק" האט ער מיט א ביטערן שמייכל געזאגט: "שיינע מתנות ברענגט איר דער דייטשער ארמיי" און ווענדנדילן זיך צום סעקרעטאר פיש האט ער געזאגט: "פארשרייב א פעלץ מצווה"(מיינענדיק צו שרייבן אין דער רובּריק "פעלץ־מיצע״־ א היטל).

passage_1af178dfe4fa4747e3489a77