Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 171
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1233

אין פארלויף פון די פינף יאר, פון 1965 ביז 1970 בין איך, און אנדערע סקאלער, מערערע מאל גערופן געווארן אין דייטשן קאנסולאט אין ניו־ יארק, פילאדעלפיע און מאנטרעאל, און עס זענען ביי אונז אלע אפגענומען געווארן גענויע עדותשאפטן. איך בין זייער פינקטלעך אויסגעהערט געווארן און מיין דערקלערונג איז פארגליכן געווארן מיט דער צייגנשאפט פון אנדערע עדות, ווי אויך מיט די פערזענלעך־אנגעגעבענע פרטים, וואס האבן זיך געפונען אין די הענט פון די מערב־דייטשע „ווידערגוטמאכונג“ אינסטאנצן. עס זענען מיד אויך געוויזן געווארן פארשידענע בילדער פון סקאלע און פון די מערדער, וואס זענען געפונען געווארן ביים אנגעקלאגטן גופא, ווי אויך ביי אנדערע דייטשן פון סקאלער „גרענצשוץ“, וואס זענען גערופן געווארן אלס עדות. אין פארלויף פון דער אויספארשונג פון דעם קאלטבלוטיקן מארד, וואס ענגעל איז באגאנגעט איבער חנה שווארצבאך הי״ד, אין סקאלע דעם 19טן יוני 1943, זענען אוועקגעפאלן אלע סקארבאוויע תירוצים פון כלומרשט „אויספירן באפעלן“, ווייל יענעם טאג איז אין סקאלע נישט דורכגעפירט געווארן דורך דער געסטאפא קיץ שום „יידן־אקציע“, נאד ענגעל אליין, זייענדיק „שטאט בעל־הבית“, האט אים דערשאסן אין מיטן העלן טאג.

passage_be41d630cb57ac2644fd5d7f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1235-1721

ענד סעפטעמבער 1969 האב איך באקומען א פארשטענדיקונג פונ׳ם געריכט אין האמבורג, אז די אונטערזוכונג קעגן ענגעל׳ן איז פארענדיקט, אץ אז דער פראצעס איז באשטימט געווארן אויף, פעברואר 1970. אויב איך בין גרייט צו קומען צום פראצעס, דארף איך אויספילן דעם בייגעלייגטן פארמולאר. נאטירלעך האב איך דעם פארמולאר אויסגעפילט און אוועקגעשיקט. עטליכע וואכן שפעטע ר האב איך דערהאלטן אן ארויספאדערונג צו קומען קיץ האמבורג דעם 4טן פעברואר 1970.

passage_f081b051688081c513495cb9
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1723-3070

די ארויספאדערונג האט ארויסגערופן ביי מיד געמישטע געפילן. פון איין זייט א געפיל פון סאטיספאקציע: איך וועל האבן די מעגלעכקייט אנצוקוקן דעם רוצח, וואס זיצט אויפן באשולדיקונגס־באנק, א קליין קריכענדיק באשעפענישל, וואס ציטערט פאר זיין הינטישער פעל... איך האב זיך נישט אפגענארט. דאס צווייטע געפיל איז געווען א נאגענדער ווייטאג, ווען פאר די אויגן האבן אויפגעטויכט אלע שרעק־בילדער פונ׳ם חורבן, בעת דער רוצח איז תמיד געווען די הויפט־פיגור: אט גייט ער בקומה זקופה איבער די יידישע גאסן באגלייט פון די מיט־מערדער העראאו און פייפער, און דער דייטשער וואלפס־הונט "בעטי" לויפט נאך, ווארטנדיק אויפן באפעל צו באפאלן און צו צעבייסן יידן. זיין, ענגעל׳ס באווייזן־זיך ווארפט אן א שרעק. אט איז ער אין "יודנראט" און מאכט אן צרות. דא שלעפט מען צו דער ארבעט, דא רויבט מען יידישע הייזער. די יידן, זייער פארמעגן, זייער לייב און לעבן, זיינען זיין אייגנטום. מיט איין ווארט ער איז דער היטלער פון סקאלע. איך האב מיט אומגעדולד געווארט אויפן טאג פון משפט, אפגעבנדיק זיך א חשבון וואס דער צונויפטרעף וועט מיינען פאר מיד, ווען די פאקטן וועלן מיך צוריקברענגען צו די שרעקלעכע יארן פון חורבן. טאג און נאכט זענען די געדאנקען געווען דארט, אין סקאלע. דעם 5טן פעברואר 1970, בין איך געקומען 151

passage_b63d0bbb7b51e594bc0d62d7