Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 173
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1468

זיצנדיקער אויף דער עדותבאנק האב איך איינגעזען ווי שווער ס׳איז צו זיין אַן עדות דרייסיק יאר שפעטער. אחוץ די פיזישע און גייסטיגע יסורים פונ׳ם יידישן עדות וואס ווערט געצוואונגען דורכצוגיין און איבערצולעבן אויפ׳ן יד פיין פון חורבן, ווערט ער פארווארפן מיט פראגן פון אלע זייטן ביז די נערוון האלטן נישט אויס. און ווען דעם פיפיק אדוואקאט געלונגען אריינצוטרייבן דעם עדות אין א קלעם, ווערט ער צעווייטאגט און פארשעמט און מחמת דעם ווערט דער אנגעקלאגטער באפרייט, ווייל די עדות האבן נישט איבערצייגט דאם געריכט. דאס האט אויך פאסירט ביי דעם פראצעס פון ענגעל. דער באשולדיקטער איז באפרייט געווארן, אפילו ווען ער האט זיך מודה געווען אין דערשיסן הנא שווארצבאך. איך גלויב, אז דאס איז אונזער אייגענע שולד. יעדער גערופענער יידישער עדות, וואס טרעט אויף, פאר דער באשולדיקונג, דארף פארלאנגען און מוז באקומען אַן אדוואקאט, וואס זאל אויך דעם עדות אנווייזן אויף זיינע רעכט און אים באשיצן ווען נויטיג, א רעכט וואס יעדער באשולדיקטער האט און נוצט אויס. ס׳איז דעריבער קיין וואונדער נישט, למאי אסך יידישע עדות, וואס זענען לכתחילה גרייט געווען אפצוגעבן צייגנשאפט קעגן נאצי־פארברעכער, ווען זיי דארפן קומען צום פראצעס, ציען זיי זיך צוריק, מורא האבנדיק פאר אזא דערפארונג. יידישע ארגאניזאציעס, וואס זענען זיך מתעסק דערמיט, דארפן באטראכטן די פראגע און באצייטנס באזארגן יידישע עדות מיט יורידישער הילף.

passage_9ee8af06308c94579eb3c686
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1470-3042

כמעט אין דער זעלבער צייט האט די פראקוראטור ביים געריכט אין מאנהיים אנגעהויבן אן אונטערזוכונג קעגן צוויי געסטאפא־לייט פון טשארטקאוו , די רוצחים אלבערט ברעטשניידער און ריכארד פאהל . דער ערשטער , ברעטשניידער , האט א בלוטיגן חשבון מיט סקאלע , ווייל ער האט דערשאסן לייבעלע שעכטער הי״ד , ווי אויך די פרוי פון מאטיע גרינמאן . ביידע מארד־אקטן זענען געווען פאראיינצלטע פאלן , נישט אין די ראמען פון א מאסן־אקציע . דער צווייטער , פאהל , איז ברייטער באקאנ ט מחמת זיין ראלע און דערשיסן די 33 קרבנות ביי דער גרויסער סקאלער אקציע , אץ סוכות 942 ו . ער איז ארך געווען דער פארוואלטער פונ׳ם צוגערויבטן האב־און־גוטס פון אלע סקאלער יידן־דערשאסענע , פארשיקטע און לעבן־געבליבענע , און נישט בלויז פון סקאלער , נאר פונ׳ם גאנצן טשארטקאווער קרייז . די אונטערזוכונג קעגן די דערמאנטע איז ארויסגעוואקסן פון די שוין־געפירטע פראצעסן קעגן דעם "יודן־רעפערענט " ביים דער טשארטקאווער געסטאפא , דעם רוצח קעלנער ימ״ש , ווי אויך קעגן פאול טאמאנעק , איינער פון די לאגער־פירער אין קאמיאנקא און שפעטער , אין 943 ו אין טשארטקאוו . דער פראצעס איז געווען א גרויסער , מיט הונדערטער עדות פון׳ם גאנצן קרייז און דעריבער א מער קאמפליצירטער . פון אונזער שטאט סקאלה זענען פאררופן געווארן א צאל עדות , אי פון ישראל אי פון אמעריקע . פאר די אויספארעזער אין ישראל זענען גערופן געווארן אברהם בילגאריי און גדליה לאכמאן . זיי האבן זייער עדותשאפ ט אפגעגעבן אין ישראל , אבער צו דעם פראצעס אין מאנהיים זענען זיי נישט געקומען . פון אמעריקע האבן עדות געזאגט

passage_0e2e6dd126178f3afac95980