Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 50
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-891

או ן סאני ע ליבערגאל . דא ס געשעפ ט אי ז געווע ן הור ט או ן לאחדים . אי ן געשעפ ט פלעג ן איינקויפ ן קרעמע ר פו ן דע ר גאנצע ר געגנ ט או ן אל ע חתונה־קליידע ר הא ט מע ן איינגעקויפ ט בי י ערענבער ג או ן ליבערגאל , ליי ב לונענפעלד , זלמ ן הויזנע ר או ן מש ה וויידבערג . נא ך דע ר ערשטע ר וועלט ־ מלחמה , בע ת ע ם הא ט אי ן רוסלאנ ד געהערש ט א גרויסע ר מאנג ל אי ן טעקסטיל , זענע ן אי ן סקאל ע אויפגעקומע ן א צא ל ניי ע מאנופאקטור־סוחרים : ברו ך טאבאק , מאי ר זיסי ע טאבאק , טודרו ס צימערמאן , מענד ל פייערשטיין , חיי ם פייערשטיין , דוד י שרענצל , נחמ ן ברעטלער , שלמ ה ודידענפעלד , ד י ברידע ר מאטי ע או ן מש ה וויידבערג , מענד ל עהרנבערג , מיכ ל ווייזינגער , יעק ב יוסעם , פיש ל גארפינקל , ליי ב שטאכיל , פייבי ש וויזענטאל , מעשי ל קאהן , אברה ם געלבשטיין , חייצי ע יאטשעס , הערש ל עדלשטיין , ברו ך אלינגער , שלמ ה לעמבערג . אייז ן געשעפטן : ר ׳ עוז ר מארמארא ש הא ט געפיר ט א גרוי ס אייזן ־

passage_a875918a4218e1b85daa4429
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 893-2198

געשעפט הורט און לאחדים. אויסער דעם האט ער געהאט פארטרעטונגען פון ווין, פראג, ברין פאר פארשיידענע דעליקאטע, לייכטע און טייערע סחורות וואס מ׳פלעגט קויפן צו שמוגלע ן קיין רוסלאנד. די שמוגלע ר פלעגן קויפן ביי אים די סחורות אויף בארג און ער פלעגט גוט פארדינען דערביי. ער איז געווען א וואזשנער נגיד. יעדן פרייטיק פלעגט ער גאנץ פרי שוין ווארטן אויף דער פאסט און אפשיקן אלע געלטער. אז פרייטיק נאך מיטאג איז צו אים געקומען אן ארעם קרעמערל בעטן עטליכע קראנען, וואס אים איז נױבאך נישט דערגאנגען צו זיין צאלונג, פלעגט ער אים צום גמילות חסדים זאגן א פארציא מוסר־ס׳טייטש, ווי איז א מענטש אזא שלימזלניק: אז מ׳דארף גיץ ליכט בענטשן, גייט ער ערשט אויף דער פאסט. הלמאי ער האט שוין גאנץ פרי, א זייגער 8, אלע זיינע צאלונגען עקספעדירט. ער איז אויף דער עלטער אוועקגעפארן קיין ארץ ישראל. אויך ר׳ מנחם שיף האט געהאט א גרויס אייזן און בלעך־געשעפט. ער פלעגט באשטעלן אייזן און בלעך וואגאנענווייז און פלעגט פארקויפן הורט און לאחדים צו דער גאנצער געגנט. ער איז געווען אן איידם פון הרב ר׳ אברהם דרימער ז״ל. אייזן־געשעפטן האבן אויסער זיי אויך געהאט: הערשל וויינטרויב מיט זיין איידם מענדל בראנדעס, אליהו דאלינער, בנימין רובל און משה דאלינער.

passage_cd69dc02bf57e5b1db30131d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2200-2929

זייד ע שווארצבאך האט געהאט א גרויס געשעפט פון בוי־האלץ. ער האט אויך געפירט גרויסע מסחרים מיט שטיינער אק שטיינדלעך, וואס ער האט געליפערט צו דער רעגירונג און צו דער באן־דירעקציע. די מסחרים האט ער געפירט בשותפות מיט זיין איידים בנציון פידערער. זייערע ליפערונגען האבן געגרייכט קיין סטאניסלאוו, טארנאפאל און זלאטשאוו. האלץ־געשעפטן האבן אויך געהאט משה וואסערמאן, בשותפות מיט זיין זון אליעזר. אויך יעקב וואסערמאן האט געהאט א האלץ־געשעפט. זיי זענען נאך דער ערשטער וועלט־מלחמה נתעשיר געווארן פון די האלץ־מסחרים. גאר אסאך אידן אין סקאלה פלעגן האנדלען מיט רוסלאנד, דארט געקויפט תבואה און אנדערע פראדוקטן, אבער די סוחרים האבן קיין געלץ צו 30

passage_3815109640c27404f3d076bd