Kehilot/Chmielnik
Library
Person · landlady

Unnamed landlady

די באלעבאסטע

The landlady claimed not to have the key because her daughter lived there.

Page 827HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
2
Primary source passage
Source OCR · scan 414 · printed page 827
Open exact passage
דער קריםט האט געלײקנט. איך וױיס גישט׳ װאס איר װילט פון מיר — האט ער געטענהט. איך װײם גישט פון קײן משפחה שאר און בכלל נישט פון קײן שום ײדן. איר קאנט זרכן װיפל איר װילט און וװ איר װילט. אין בוידעם, קעלערם׳ זוכט׳ אז איר װילט מיר גישט גלויבן. זײ האבן דעם קריםט גוט אויסגעשמיסן און אים פארמאכט אין זײן צימער. דערנאך האבן זײ אויםגעפרעגט זײן װײב, נאכהער די קינדער׳ די קלײנע און די גרויסע. אלע האבן זײ געקריגן גוט געשלאגן און נישט אויסגעגעבן, גישט דערצײלט׳ אז בײ זײ באהאלטן זיך ײדן. געענדיקט דאם אויספארשן׳ האבן זײ זיך געגומען זוכן אין יעדן װינקל׳ אין דער גאנצער כאטע׳ אין גאנצן הויף׳ ביז זײ זעגען צוגעקומען צו אונדזער טיר. זײ הײבן אן שטארק קלאפן. די באלעבאסטע גײט ארוים און שרײט אז זי האט נישט דעם שליםל׳ װײל איר טאכטער װוינט דארט און ז< איז נישט אין דער דיײם. דער גוי קומט אויך ארויס און שרײט: — װאם װילט איר׳ גײט דורכן פענצטער; דאס פענצטער איז געװעזן זײער הויך׳ אז מען האט געדארפט א לײטער. זײ ברענגען א לײטער און גײען אריץ דורכן פענצטער. דער גוי שרײט זײער הויך, אז מיר זאלן װיםן׳ װאס דא טוט זיך. אויך די םימנים האט ער געגעבן במשך דער צײט און מיר זעגען שוין געװעזן אין בונקער פון דער ערשטער מינוט אן. װאם מיר האבן דעמאלט איבערגעלעבט. װײם נאר אײן גאט. גלײך בײם ארײנקומען אין צימער הערן
Source passage 2
Source OCR · scan 415
Open exact passage
... מיט שמאטעס און דאם דעקל פון אונדזער באהעלטעניש איז שוין פולקאם פארדעקט. זײ זוכן װײטער און שרײען צום מײדל: װאם האםטו געטאן אלײן אין דעם צימערי ענטפערט זי: דאם איז מײן צימער. זײ פרעגן וױיטער: צו װעמען האסטו גערעדט׳ מיר האבן געהערט: זי הײבט אן שװערן און זיך צלמען׳ אז זי האט מיט קײנעם נישט גערעדט. זי שרײט: גװאלד׳ איר זענט קריםטן? אפילו צו דער ״מאטקע באסקע״ טאר מען נישט רעדן ? איך האב געבעטן די הײליקע מאמע׳ אז עם זאל אויפהערן מלחמוה אויף דער װעלט (אין אונדזער שטיבל האט געהאנגען א בילד פון דער הײליקער מאמען). די 12 ױנגע אקאװצעם שטײען און קוקן זיך צו צו דעם שײנעם מײדל װי זי שטײט פארצלמט און זײ גיבן זי א נעם און זאגן צו איר: װײן נישט׳ איר זענט ערלעכע קריסטן. און זײ פארשװונדן. נאכהער איז ארײנגעקומען די באלעבאסטע מיטן באלעבאם און זי זעט װי דער בונקער איז פארלײגט מיט אזויפיל זאכן. זי צלמט זיך און זאגט : זע נאר׳ םטאך׳ װי גאט איז מיט זײ. זײ זענען נישט קײן פשוטע מענטשן׳ מלאכים היטן זײ׳ זײ װעלן זיכער איבערלעבן דאם שלעכטס. זי נעמט אלץ .אראפ פון דעקל און רופט אונדז ארויף. מיר זעגען ארויף און נישט געקענט אוים־ רעדן קײן װארט• די שרעק אויף אונדזערע פנימער אײ געװען נישט צו באשרײבן. מיר זענען געװען װײס װי די
Connected nodes