Kehilot/Chmielnik
Library
Place · bunker

Bunker

בונקער

The narrator and others were concealed in a bunker during the search.

Page 827HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
4
Primary source passage
Source OCR · scan 414 · printed page 827
Open exact passage
... י קלײנע און די גרויסע. אלע האבן זײ געקריגן גוט געשלאגן און נישט אויסגעגעבן, גישט דערצײלט׳ אז בײ זײ באהאלטן זיך ײדן. געענדיקט דאם אויספארשן׳ האבן זײ זיך געגומען זוכן אין יעדן װינקל׳ אין דער גאנצער כאטע׳ אין גאנצן הויף׳ ביז זײ זעגען צוגעקומען צו אונדזער טיר. זײ הײבן אן שטארק קלאפן. די באלעבאסטע גײט ארוים און שרײט אז זי האט נישט דעם שליםל׳ װײל איר טאכטער װוינט דארט און ז< איז נישט אין דער דיײם. דער גוי קומט אויך ארויס און שרײט: — װאם װילט איר׳ גײט דורכן פענצטער; דאס פענצטער איז געװעזן זײער הויך׳ אז מען האט געדארפט א לײטער. זײ ברענגען א לײטער און גײען אריץ דורכן פענצטער. דער גוי שרײט זײער הויך, אז מיר זאלן װיםן׳ װאס דא טוט זיך. אויך די םימנים האט ער געגעבן במשך דער צײט און מיר זעגען שוין געװעזן אין בונקער פון דער ערשטער מינוט אן. װאם מיר האבן דעמאלט איבערגעלעבט. װײם נאר אײן גאט. גלײך בײם ארײנקומען אין צימער הערן
Source passage 2
Source OCR · scan 417 · printed page 833
Open exact passage
אין דער װאך פון ״װיגיליע״ זענען אנגעקומען פיל דײטשן מיט אויטאם. די אויטאם זעגען געװען אנגעלאדן מיט באקלײדונג פארן מיליטער. זײ האבן זיך גלײך אװעקגעשטעלט פאר אונדזער צימערל און אנגעהויבן צו קלאפן אין די טירן. מיר לויפן גלײך אין בונקער. דער גוי הויבט אן שרײען אויפן קול מיט פארשידענע םימנים, .אז מיר זאלן פארשטײן, װאס עס טוט זיך. ער עפנט אויף די טיר, מיר זיצן שוין אין בונקער אן שום באװעגונג. דער גוי שטעלט באלד ארויף עפעס אויפן דעקל פון בונקער און די דײטשן הויבן אן ארײנלײגן פיל פעק מיט מלבושים און אנדערע מיליטערישע זאכן• ...
Source passage 3
Source OCR · scan 417 · printed page 833
Open exact passage
אזוי זענען מיר געװעזן װי שטומע, אין שרעק, במשך זעקס חדשים. יעדער פון אונדז האט תמיד געהאלטן אין האנט א קישעלע זיך צו פארשטעקן דאם מויל, טאמער װעט ער דארפן געבן א הוסט. די לאגע איז געװען אזוי שרעקלעך׳ אז מיר האבן שוין אפילו נישט געפילט קײן הונגער. די שרעק איז געװעזן אן אויפהער. מיר זענען כמעט די גאנצע צײט געלעגן אין בונקער. די באלעבאטים האבן געװאלט װײזן פאר די שכנים און פאר די דײטשן, אז דאם צימערל איז נאר פאר זײער טאכטער און אז דארט איז קײנער נישטא, װײל מ׳האט זײ נאך דעמאלט אלץ חושד געװען אין באהאלטן ײדן. כדי דעם חשד צו דערװײטערן האט די באלעבאסטע אלץ ארויס־ גערוימט אויפן הויף פון צימער און זיך גענומען קאלעכן. דעם טאפ מיט דעם קאלעך האט זי אװעקגעשטעלט אויפן דעקל פון בונקער און װער עס איז דורכגעגאנגען האט זי ארײנגערופן און געפרעגט צי עם איז גוט געקאלכט. אזוי האבן .אלע שכנים זיך איבערצײגט מיט אײגענע אויגן, אז בײ קאשובא זענען קײן ײדן נישטא. אויך די דײטשן זענען געװעזן איבערצײגט, אז דאם צימערל איז לײדיק און קײנער געפינט זיך נישט דארט. אזוי זענען אדורך זעקם חדשים.
Source passage 4
Source OCR · scan 418
Open exact passage
גראבן אויס א בונקער אין דער שטאל׳ דער גוי באהאלט דאס זאמד אונטערן מיסט. עם דויערט נישט לאנג און דער בונקער איז פארטיק. װידער איז דא װו זיך צו באהאלטן. אויף דעם בונקער מאכט דער גוי א פלאץ פאר קאטשקעם. אזוי זענען מיר געװעזן אין שטאל — פון דער ״װיגיליע״ ביזן 13־טן יאנואר. די רוםן זענען געגאנגען פארויס און די דײטשן האבן ביםלעכוױיז אנגעהויבן אנטלויפן. מײן טאכטער שרהטשע איז געװעזן בײם קריסט. עם האט געהײםן, אז זי איז א פלימעניצע. מען האט זי גערופן מארישקא. מײן טאכטער איז יעדעם מאל ארײנגעקומען און דערצײלט, אז די דײטשן אנטלויפן, מען הערט שוין די רוסישע הארמאטן. דער גוי איז ארײנגעקומען און אונדז געזאגט, אז אויב עס װעט ברענען זאלן מיר .אנטלויפן, וױיל עם ברענען שוין פיל דערפער, מענטשן לויפן אויף אלע װעגן• די גאנצע פאמיליע פון אונדזער באלעבאס איז שוין געװעזן אין בונקער צוזאמען מיט מײן טאכטער, אבער אין אונדז האט ער נישט פארגעםן. די שטאל איז געװעזן פארשלאםן און ער האט אונדז געהיטן אויפן הויף. פלוצלינג איז אין הויף געפאלן א שראפנעל פו ...
Connected nodes
Extracted claims
Every claim remains attached to its own quoted evidence.
Lived At
Sarahche → Bunker
די גאנצע פאמיליע פון אונדזער באלעבאס איז שוין געװעזן אין בונקער צוזאמען מיט מײן טאכטער
Page 418 →
Located In
Bunker → Stable
גראבן אויס א בונקער אין דער שטאל
Page 418 →