Kehilot/Chmielnik
Library
Organization · military force

Russian forces

די רוסן

Their location was asked about by the arriving hussars.

Page 265HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
3
Primary source passage
Source OCR · scan 137 · printed page 265
Open exact passage
... נײן אזײגער רײטן פלוצלינג ארײן אין גאלאפ צוױי עסט־ רײכישע הוזארן געקלײדט אין אונגארישע אוניפארמען. זײ רײטן אדורך דאס שטעטל .אהין און צוריק. בײ יעדן קלאפט דאס הארץ פאר פרײד און פאר שרעק. באלד באװיץן זיר מער רײטער און זײ שטעלן זיך שוין אפ אין מארק און װילן װיםן װי די רוסן געפינען זיך. זײ רעדן און קײנער פארשטײט זײ נישט. באלד האט זיך אן עלטסטער געגעבן רעכענונג אז קײנער פארשטײט נישט זײן שפראך׳ האט ער געפרעגט װער עס קען דייטש. נו׳ װעלכער ײד קען נישט קײן דײטש י יידן האבן זיך דערפרײט׳ מען קען זיך מיט זײ אויסטענהן. באלד האט אנגעהויבן אנצוקומען מער און מער מיליטער. די מיליץ האט זיך אויפגעלײזט און די ײדן האבן פרײער אפגעאטעמט. דער רב פון שטעטל האט ארױסגעשיקט זײן שמש׳ דעם לאמען משה׳ אנזאגן אלע ײדן׳ אז מען זאל אויפנעמען דעם שבת מיט פרײד און נישט מיט טרויער. ...
Source passage 2
Source OCR · scan 139
Open exact passage
װען די רוסן זענען װידער צוריקגעקומען אין כמיעלניל׳ דאבן זײ זיך בעסער באצויגן צו די ײדן. דאס שטעטל האט אנגעהויבן אביסעלע אויפצולעבן. די םאלדאטן האבן געקויפט
Source passage 3
Source OCR · scan 418
Open exact passage
גראבן אויס א בונקער אין דער שטאל׳ דער גוי באהאלט דאס זאמד אונטערן מיסט. עם דויערט נישט לאנג און דער בונקער איז פארטיק. װידער איז דא װו זיך צו באהאלטן. אויף דעם בונקער מאכט דער גוי א פלאץ פאר קאטשקעם. אזוי זענען מיר געװעזן אין שטאל — פון דער ״װיגיליע״ ביזן 13־טן יאנואר. די רוםן זענען געגאנגען פארויס און די דײטשן האבן ביםלעכוױיז אנגעהויבן אנטלויפן. מײן טאכטער שרהטשע איז געװעזן בײם קריסט. עם האט געהײםן, אז זי איז א פלימעניצע. מען האט זי גערופן מארישקא. מײן טאכטער איז יעדעם מאל ארײנגעקומען און דערצײלט, אז די דײטשן אנטלויפן, מען הערט שוין די רוסישע הארמאטן. דער גוי איז ארײנגעקומען און אונדז געזאגט, אז אויב עס װעט ברענען זאלן מיר .אנטלויפן, וױיל עם ברענען שוין פיל דערפער, מענטשן לויפן אויף אלע װעגן• די גאנצע פאמיליע פון אונדזער באלעבאס איז שוין געװעזן אין בונקער צוזאמען מיט מײן טאכטער, אבער אין אונדז האט ער נישט פארגעםן. די שטאל איז געװעזן פארשלאםן און ער האט אונדז געהיטן אויפן הויף. פלוצלינג איז אין הויף געפאלן א שראפנעל פון א הארמאט און עם האט אויפגעהויבן די גאנצע ערד. םטאך איז פארשיט געװארן. םטאכאװע איז געקומען צו לויפן און געשריגן: ״םטאך: םטאךד קײנער ענטפערט נישט. מיר האבן געמײנט אז ער איז שוין טויט• דערװײל איז ער צו זיך געקומען און אויםגעשריגן: ״איך לעבי איך לעב !״ ער לויפט גלײך ארײן צו אונדז און זאגט: ״דאס זענען די לעצטע מינוטן, זאלט איר װיםן, אויב עס װעט ברענען• זאלט איר ארוים, אויב נישט װעט איר פארברענט װערן״. װאם טוט מעןז מײנע קינדער זאגן׳ מען זאל גײן און איך זאג,
Connected nodes