Chmielnik
Jewish community whose thousands of martyrs are commemorated.
... אל מלא רחמים, דיין אלמנות ואבי יתומים, אל נא תחשה ותתאפק
לדם ישראל שנשפך כמים♦ תן מנוחה נכונה על כנפי השכינה, במעלות
קדושים וטהורים כזוהר הרקיע מזהירים, את נשמותיהם של
אלפי קדושי העיר חמילניק, ...שרגא פײװל חתונה געהאט מיט א פרוי פון םטאשאװ און
א יאר נאך דער חתונה פלוצלינג פארשװונדן. קרובים פרן
דער פרוי האבן אים געזוכט אין אלע קהילות אין פוילן און
אים נישט געפונען — די פרוי איז געבליבן אן עגונה. אין
אכט יאר ארום, בעת דער מלחמה פון נאפאלעאן קעגן די
פרײםן און רוסן, האבן זעלנער, װעלכע זענען אײנגעשטאנען
אין הויז פון די עלטערן פון דער סטאשעװער פרוי דערצײלט,
אז שרגא פיװול פון כמיעלניק האט זיך געשמדט און דינט
אין דער רוםישער ארמײ. אין יאר 1799 איז דערהאלטן
געװארן א ידיעה אין םטאשאװ, אז דער מאן איז אריבער
צו די פרײסן. נאך לאנגע זוכענישן און באמיאונגען איז דעד
פרוי געלונגען צו ברענגען דעם משומד קײן םטאשאװ. ער
האט צוגעזאגט צו געבן א גט אבער ביז װאם װען, איז עד
װידער אװעק. נאך א געװיסער צײט זענען פון אים דער־
האלטן געװארן בריװ פון קעלן און רעגענסבורג צוזאמען
מיט א כוח־הרשאה פאר די רבנים צו שרײבן א גט פאי־
זיץ װײב. אין א צײט ארום איז װידער דערהאלטן געװארן ...... בעת דער צײלונג פון יאר 1764 זענען אין כמיעלניק
געװען 1445 ײדן מיט קינדער ביז אײן יאר. לויט דער
אפיציעלער צײלונג זענען פארשריבן 1132 נפשות. אין דער
צאל זענען 265 ראשי משפחות. פון זײ זענען פארשריבן 68
ראשי משפחות באשעפטיקט: ג ביר־ברײהױז, 2 פאכטערמיט דער ליקװידירוגג פון די אויטאנאמישע אינסטיטוציעכ
האבן די קהילות אין פוילן געמחט אפצאלן חובות. נישט
געװען קיץ אײן קהילה, אפילו די קלענסטע װאס האט
געצײלט נישט מער װי צענטליקער נפשות, װאם איז נישט
געװען פארזינקען אין חובות. די חובות פון דער מדינה
צויזמיר־קראקע, צו װעלכער כמיעלניק האט געהערט, האבן
אין יענעם יאר דערגרײכט לויט דער מאכט־קאנטראל 288,818
זלאטעס פלום צינזן אין דער הויך פון 34,218 זלאטעס. װי
גרוים עם זענען געװען די חובות פון כמיעלײק גופא איז
נישט באקאנט. עס איז אבער זיכער, אז אין די חובות פון
דער מדיגה זענען אויך ארײנגערעכגט די חובות פון כמיעל־
ניק• ...הגאון ז״ל המשיך בחםידות הלובלינאית גם לאחר פטירת
רבו בעל ״תורת־אמת״, אצל הגא־ן הצדיק ר׳ צדוק ז״ל׳
הנודע בשם ״הכהן מלובלין״. לאחר שנאםף הכהן לעמו בלי
בנים׳ צױוה לפני פטירתו שהגאון מחמילניק ימלא את
מקומו והוריש לו בגדי שבת אשר לו׳ אולם הרב סירב
גם הפעם להױת רבי׳ וכשבאו הרבה חםידים׳ מיד אחר
פטירת הכהן לשבת לחמילניק׳ עזב הרב את העיר טרם
שבת ויצא ללובלין אל הרבי ר׳ אברהמלי איגר ז״ל׳ ומני
אז׳ הגאון ז״ל שובת היה שבת אחת בשנה אצל הרבי ר׳
אברהמלי איגר.בעת די םײם־װאלן אין יאר 1928 האט דער נאציאנאל־ראט
געמאכט א פרװו ארויםצושטעלן איו װאל־ראיאן צו װעלכן
ס׳האט געהערט כמיעלניק און אנדערע ענלעכע שטעטלעך, די
קאנדידאטור פון ״הײנט״־רעדאקטאר אברהם גאלדבערג. מיר
האבן באזוכט כמיעלניק מיט די שטעטלעך אין דער געגנט.
מ׳־ר זענען אױפגענומען געדוארן מיט קעניגלעכן כבוד. צו
אונדזערע אספות זענען געקומען מאסן, װאם האבן ממש
געשלונגען יעדעס װארט. די התלהבות איז געװען א חסידישע.
גאלדבערג איז אבער נישט אדורך. די צאל מאנדאטן װאס איז
צוגעטײלט געװארן צום דאזיקן ראיאן איז געװען אזוי אויס־
גערעכנט אז א ײדישער דעפוטאט האט געקענט אדורך נאר
בדרך נס — װען עם זאל פארקומען א נישט־פארויםגעזעענע
צעשפליטערונג פון די פוילישע שטימען און אלע ײדישע
װײלער זאלן שטימען פאר אײן ליםטע. אזא נם איז פארשטײט
זיך, נישט געשען. די רעגירונגם־סאטעליטן האבן דערפילט
די אויף זײ ארויפגעלײגטע אויפגאבע. די אנטי־צױניםטישע
פארטײען האבן אויך געטאן דאס זײעריקע, און דער חשבין
פון די װאם האבן אויםגעארבעט די דאויקע װאל־ארדינאציע
האט גישט אנטוישט די מאכט־ארגאנען.... בײ מײנע לעצטע באזוכן אין פוילן — נאך דער אויפ־
ראטונג־תקופה — האב איך נישט געהאט גענוג מוט צו באזוכן
אין א סך באקאנטע ערטער, װו ם׳איז קײן זכר פון קײן ײד
נישט געבליבן. כ׳האב דעריבער אויך כמיעלניק נישט באזוכט.
דעם אנדענק פון מײנע חברים און פרײנט׳ טרײע איבער־
געגעבענע פאר אונזער געמײנזאמען אידעאל, װעל איך אבער
קײנמאל נישט פארגעסן. זײ האבן מיט זײער לעבן און זײערע
מעשים םימבאליזירט די באהאלטענע ל״ו־גיקעם און פון
שטענדיק אן האט די װעלט זיך אנגעשפארט אויף זײ. אין
פלוג בלויז ״האלצהעקער און װאםערטרעגער״, װאם האבן
ארויסגעשפראצט פון א הפקרדיקן און פארלאזענעם באדן אן
אויפזיכט און דערצויגן כמעט אן לערנען און בילדונג, האבן
זײ ארײנגעזאפט אין זײערע נשמות אײדעלע פאלקס־קולטיר׳
.א שטארק געפיל פאר ױשר און גערעכטיקײט, אינערלעכן
דראנג פארן גוטן און שײנעם, נישט אויסשעפלעכער
מאראלישער כוח ; זײ האבן געװוסט צו שטײן אויף
דער זײט פון דעם געיאגטן און עקםפלאאטירטן מיט אד
אינםטיקטױוער פעאיקײט צו גלויבן אן א גרענעץ אין א
װעלט פון גליק פאר אלעמען.כ׳װעל קײנמאל גישט פארגעסן מײן רײזע פון דער קרײז־
שטאט קעלץ קײן כמיעלניק, א מהלך פון 32 קילאמעטער.
בײ דער באן־םטאציע האבן אויף מיר געװארט עטלעכע
דברים־פורמאנעם, װעלכע האבן געהאט מיט זיך מאנטלען
און פוטערס, כדי מיך אויםהיטן פון קעלט און שנײ־שטורעם.
אינדעראמתן איז דאס לגמרי נישט נויטיק געװען, װײל די
חברישע װארעמקײט האט גובר־געװען דעם װינט און דעם
פראםט און נאך א פאר לחײמם איז דער װעג גיך אדורך מיט
דערצײלונגען און באריכטן מכוח דעם לעבן פון דער פארטײ
אין לאנד און אין דער װעלט, און בעיקר װעגן די נאענטסטע
פלענער װאס די חברים האלטן בײם רעאליזירן. ...... כמיעלניק האט געהאט איר ספעציפישן ריח — א ריח
פון ױכטענע לעדער, װײל עם זענען געװען א סך גארבערײען■
װי מענדל מאירם גארבערײ, הענעכ׳ם גארבערײ, משה דאלום
גארבערײ, די גארבערײ פון די ״יאפאגטשיקעם״. די אלע... רנען
די מלאכה, איז פםח געװען פארװארפן מיט ארבעט. װען פסח
איז אײעק קײן װארשע, בין איך געבליבן דער פאראנטװארט־
לעכער פאר דער גאנצער פאבריק, כ׳האב אנגענומען צו
פארריכטן פלימפן, געמאכט פארשידענע מכשירים פאר גאר־
בערס און אנדערע ארבעטן — אזוי אז מײן באלעבאסטע
טעמערל האט באקומען עטלעכע רובל יעדע װאך פון מײן
ארבעט. זי האט טאקע געשריבן צו פסחן אז ער זאל איר נישט
שיקן קײן געלט ״װײל משה־לײזער פארדיגט יעדע װאך א
פאר רובעל, אז עס איז גענוג פאר אלעמען... דערפאר קענסט
אים קויפן עפעם א מלבוש, װען דו װעםט אהײמקומען...״
אין יאר 1902 זײענדיק אין קיעלץ דאם ערשטע יאר נאך
מײן באפרײאונג אלם לערן־ײנגל, איז אויסגעבראכן דער
רוםיש־יאפאנישער קריג. קיעלץ האט געהאט א גרויםע
ארבעטער־פארטײ, די פ.פ.ס., פוילישע סאציאליםטן. די ארבע־
טער אין כמיעלניק האבן נאך געארבעט א שקלאפן־ארבעט,
פון פארטאגס ביז שפעט אין דער נאכט און אויך שבת־צו־
נאכט ביז פארטאגס. קיעלץ האט ארגאניזירט אלע ארומיקע
שטעטלעך, איז אויף מיר געפאלן דער גורל, צו ארגאניזירן
א קאמף פאר אפשאפן די ארבעט פון שבת־צו־נאכט אין
כמיעלניק.... ארוגטער דאם פאסעקל פון רעדל. שלמה גאנז האט אויף מיר
געכאפט א שער, און די פרויען שטיקער האלץ. איך האב
געמוזט פארלאזן די שטוב. דאס איז געװען מײן ערשטע
דערפארוגג מיט אונדזערע כמיעלניקער שנײדער־געזעלן,
װאם האבן אזוי געטרײ געדינט דעם באלעבאם... ...דאס איז געװען אין יאר 1894, װען אן עפידעמיע האט
ארומגעכאפט גאנץ פוילן. אנגעפאנגען האט עם זיך איי די
גרויסע שטעט. װען די עפידעמיע האט זיך שוין געהאט
פארשפרײט אין קיעלץ, האט מען שוין אין כמיעלניק געגעבן
אינסטרוקציעם, װי אזוי די אײנװוינער זאלן זיך האלטן, װען
דאם זאל חלילה אויך טרעפן כמיעלניק. לײדער האט מען
לאנג נישט באדארפט װארטן• ...שוין געװען צוגעגרײט עפעם צו נעמען אין מויל ארײן נאך
דעם שװערן תענית פון חופה־טאג פון חתן־כלה און אויך
די גאלדענע ױיך... דערװײל האבן די בחורים אנגע־
הויבן צו טאנצן. מײדלעך האבן אויך געטאנצט, אבער אפגע־
זונדערט. דאס איז געװען א פאלקם־טאנץ אדער א װאלץ,
בעת עס טאנצן בחורים מיט בחורים און מיידלעך מיט מייד־
לעך. אלץ איז גלוגאנגען כשורה ביז ױנגװארג איז מיד געװארן
און זיך צוגעזעצט א ביםל אפרוען. שפעטער שטעלט זיך אויף
דעם חתנס א ױנגערער ברודער, שמואל סטעלמאן האט מען
אים גערופן. כאטש פון פאך איז ער געװען א םטאלער האט
מען אבער צוליב זײן פאטער׳ װעלכער איז געװען א סטעל־
מאך, אלע קינדער גערופן נאכן פאך פון זײער פאטער. שמואל
איז שוין געװען פון די ״װוילע ױנגען׳/ װי מען האט זײ גערופן
אין כמיעלניק, ער האט שוין געארבעט אין דער גרויסער
שטאט׳ װו מען פארדינט א םך בעסער. ער האט געװאלט
באװײזן ױנגװארג׳ אז ער איז א ״קאװאלער״ און ער קען זיך
דערלויבן אלײן צו באצאלן די קלעזמארים פאר א לאנגן
טאנץ, װאס מען רופט אים קוטנער אדער לארסײ בײ אזא
טאנץ נעמען אנטײל 8 אדער 16 פערזאן, דאם הײסט, זײ דארפן
זיך אויסשטעלן אין פארן, 8 פארלעך. ער האט געפרעגט בײ
די קלעזמארים װיפל ער דארף אײנצאלן פאר דעם קוטנער
טאנץ, און זײ האבן אים געזאגט׳ אז עם קאםט א גאנצער רובל.
ער האט זײ געגעבן א רובל און דער ראש פון די קלעזמארים׳דאך יעדער אײנער אין כמיעלניק װעגן אונדזער אפמאך מיטן
רב, אז מיר טאדן נישט שפילן װען בחורים טאנצן מיט
מײדלעך. ...... די שטאט כמיעלניק׳ װי אלע יידישע שטעט אין פוילן,
האט פארמאגט א היבשן טײל בעלי מלאכות און האנטװער־
קער םון םפעציפיש ײדישע פאכן: שוםטערם׳ שניידערם,
קאמאשן־מאכערס, היטל־מאכערס, אײנבינדערס, םטעלמאכעס,
זײגער־מאכערם און אפילו קאװאליעם, װאס איז שוין אביםל
וױיט פון צו זײן א ײדיש פאך. אלץ הארציקע עמך־ײדן, װאס
האבן אין דער פרי און בײנאכט אויםגעפילט אלע דאװען־
פלעצער אין די בתי־מדרשים, װו ס׳פלעגן בײנאכט כמעט
שטענדיק זײן װאנדערנדיקע משולחים־מגידים, בעל״
דרשער, װו זײ פלעגן ״זאגן״ בין מנחה למערב. פלעגט מען
נישט אײנמאל זעען װי אזא אגגעהארעװעטער בעל־מלאכה
פון א גאנצן טאג שװערע הארעװאניע פלעגט הערנדיק שטיץ
און כאפן א דרימל, אנגעלענט אן װאנט. אז דער קאפ איז
אט אט געפאלן, פלעגט ער זיך א כאפ אויף געבן, הערן א רגע
און װידער... און אפשר טאקע דערפאר זיך נישט געטרויט
זיצן... און יעדער אײנער פון זײ, האט געהאלפן אויסהאלטן
דער ישיבה, געצאלט פאר כל מיני חברות, װאס האבן
עקסיםטירטו חברה ש״ם, גמילת חםדים־קאםעס, לינת הצד.ק,
חברה קדישא, ...מיט צװײ באזונדערע םפעציאליטעטן האט כמיעלניק זיך
אױםגעטײלט פון כמעט אלע ײדישע שטעט אין פוילן׳ פרא־
פעסיעס װאם האבן באשעפטיקט גאר א גרויםן טײל םון
כמיעלניקער ײדן. דאם איז גענדזלערײ און גארבערײ. דער
צפון־טײל פון דער שטאט׳ קומענדיק פון קעלץ איז געװען
די גענדזלער־געגנט׳ און דער צװײטער עק שטאט, דעד
דרומדיקער טײל׳ איז געווען די גארבערײען־געגנט. א
היבשער טײל שטאט איז געװען פארנומען פון די גענדזלעדפ
מיט זײערע גרויסע הײף, אין װעלכע עס האבן זיך געהאדע־
װעט טויזנטער גענדז. אין די װינטער־חדשים האט מען זײ
געפאשעט און געשטאפט׳ און צו קריסטמעס־צײט אמ איז
װינטער איז אלץ געגאנגען קײן פרײםן׳ און קײן דײטשלאנד׳
מען האט געשיקט גענדז׳ ״ארמײען״ גאנצע׳ לעבעדיקערהײט׳
און פון אלע שטעטלעך און דערפער ארום האט מען געטריבן
גענדז קײן כמיעלניק פאר די גענדלזערס׳ װאם האבז זײ
פאכמעניש געקארמעט און זײ געברענגט צו דער מדרגה זײ
זאלן זײן ראוי פאר די ״פראסן״... אלע די ײדן װאם האבי
זיך מיט די גענדז פארנומען׳ האבן קוים באװיזן פארטאג
אפצודאװענען אין גרויםן בית המדרש און א ...און װען עם איז אין יענער צײט, טאקע צום ערשטן מאל
£ין כמיעלניק, דערשינען א גרויםער פאםאזשיר־אויטאמא־
ביל, װאס האט אנגעהויבן קורסירן אויף דער ליניע קיעלץ-
כמיעלניק־בוםק (דאם איז געװען א בארימט קורארט, װוהין
מען איז אהינגעקומען אױך פון גאר װײט אפילו ובפרט
פון גאנץ קעלצער גובערגיע) — און םטאפניץ, װו עם איז
געװען דער פאװיאט, און דער אויטאמאביל האט זיך געמאכט
זײן סטאציע פאר לעשמאנם האטעל אין מארק, — האט עם
געמאכט א גװאלדיקן רושם אויף דער גאנצער שטאט בכלל,
און א דערשיטערנדיקן רושם אויף די בעלי־עגלה׳ם בפרט...
איך געדענק װי הײנט־ דער גאנצער מארק איז געװען פול
מיט גאפיענדיקע מענטשן, װאם האבן זיך צונויפגעזאמלט
קוקן דעם בײזן װונדער װי : א פארמאכטער שײנער קאססן,
מיט געפאלםטערטע געזעסן אינעוױיניק — און האט בלויז
פיר גומענע ךעדער... און נישט מער... און לויפט אליץ, אן
אײן פערד אפילו, — אזוי פון קעלץ אן... א קלײניקײט עפעם,
מ׳זעט מיט די אײגענע אויגן װי דער קאםטן לויפט אלײן
פון קעלץ ביז אהער, והראיה, ער איז דאך אזוי ״נארמאל״
פארקארזשעט און פארשטויבט פון װעג, און ״סא ...... 10 בלאט גמרא אויף אויםנװײניק און ער האט דעם טאטן
באפוילן מיך צו שיקן אין ישיבה צו ר׳ יצחק ישעי׳, מחמת
״אזא בחור טאר מען נישט פארלאזך... אט אזוי ממש, די
װערטער האט ער געזאגט, און ער האט מיך טאקע געהאלטן
תמיד ״אויפן אויג׳/ װי אן אײגן קינד• — געגעםן בײם רב,
און געשלאפן בײם רב׳ס טאטן ר׳ ישראל לײב; פון דאנען
מײן צוגעבונדנקײט און פארבונדנקײט מיטן רב׳ס שטוב און
מיט כמיעלניק.... װו מ׳האט פון א םפעציעלן מין שטײן געברענט קאלך. די
קװאליטעט פון כמיעלניקער קאלך איז געװען בארימט אין
דער גאנצער געגנט. שמעון קויפמאן איז געװען באלעבאס.
ער האט אויך פארװאלטעט מיט תבואה־פעלדער.... נײן אזײגער רײטן פלוצלינג ארײן אין גאלאפ צוױי עסט־
רײכישע הוזארן געקלײדט אין אונגארישע אוניפארמען. זײ
רײטן אדורך דאס שטעטל .אהין און צוריק. בײ יעדן קלאפט
דאס הארץ פאר פרײד און פאר שרעק. באלד באװיץן זיר
מער רײטער און זײ שטעלן זיך שוין אפ אין מארק און װילן
װיםן װי די רוסן געפינען זיך. זײ רעדן און קײנער פארשטײט
זײ נישט. באלד האט זיך אן עלטסטער געגעבן רעכענונג אז
קײנער פארשטײט נישט זײן שפראך׳ האט ער געפרעגט װער
עס קען דייטש. נו׳ װעלכער ײד קען נישט קײן דײטש י יידן
האבן זיך דערפרײט׳ מען קען זיך מיט זײ אויסטענהן. באלד
האט אנגעהויבן אנצוקומען מער און מער מיליטער. די מיליץ
האט זיך אויפגעלײזט און די ײדן האבן פרײער אפגעאטעמט.
דער רב פון שטעטל האט ארױסגעשיקט זײן שמש׳ דעם לאמען
משה׳ אנזאגן אלע ײדן׳ אז מען זאל אויפנעמען דעם שבת
מיט פרײד און נישט מיט טרויער. ...... די ידיעות זענען געװען זײער מאגערע. די צײטונגען זענען
געװען צענזורירט. אבער עם האבן זיך אדורכגעריסן ידיעוח
פון דער גרויסער װעלט, אויך צו אונדזער כמיעלניק• ...כמיעלניק האט זיך אין דער זעלבער צײט אדאנק די עםט־
רײכער אגגעהויבן קולטורעל צו אנטמיקלען. מען האט דער־
לויבט צו גרינדן א ביבליאטעק. עס האט זיך אױך ארגאניזירט
א ײדישער סקאאוט (השומר). די ערשטע גרינדערם זענען
געװען : ישכר קאנערצוקער, אברהם װײסבראד, ױםף זילבער־
בערג, נפתלי און ליפע דיאמענט, אלטער ראובן קלײנעדט
און חײמל גוטמאן. עס האבן זיך אנגעהויבן פרײלעכע צײטן
אין כמיעלגיק: פארזאמלונגען, אױםפלוגן און אויך ארומ־
רײםענישן. באלד האבן זיך די ביבליאטעק־אנהענגערם
גענומען קריגן צוליב פארטײאישער אנגעהעריקײט. ע0 זענען
געװען רעכטע און לינקע פועלי צױן און אויך אלגעמײנע
צױניסטן. ישראלקע גוטמאן מיט זײנע אנהענגערס האבן פאר־
כאפט די ביבליאטעק און זײ האבן זיך גערופן לינקע פועלי־
צױן. ישכר קאנערצוקער און אברהם זילבערבערג האבן
גענומען און געגרינדעט א צװײטע ביבליאטעק, װאס האט
נעהייסן די צױניםטישע ביבליאטעק. און צו זײ זענען
צוגעשטאנען די שומרים. מיר פלעגן זיך פארזאמלען אױף
דעם שידלעװער װעג, לעבן דער שטײנהאקערײ, אדער בײ
י־י דרײ בערג. מיר פלעגן פארן אדער גײן נ ...... כמיעלניק האט פון צײט צו צײט געהאט געםט׳ פוילישע
סײם־דעפוטאטן, װעלכע זענען ארויםגעטראטן אויף עפנטלעבע
פארזאמלונגען. יעדער פון זײ׳ װילנדיק געװינען דעם צוטרוי
פון די כאסן, איז ?ײנמאל נישט פרײ געװען פון ײדן־שנאה. ...אין דער זעלבער צײט האט זיך אבער פארערגערט די
עקאנאמישע לאגע. די אײנגעפירטע קאנטראל איבער דער
װירטשאפט האט ארעמער געמאכט דאם נישט רײכע שטעטל.
מ׳האט מער נישט געקענט פארן קײן לאדזש און װארשע
פאר מםחר און ארבעט. אויך די מעגלעכקײטן אױסצוװאנדערן
מעבר לים זײנען מער נישט געװען, און דאם שטעטל איז
פיל געװארן מיט הײמלאזע׳ פארטריבענע ײדן פון די רוסישע
גרענעץ־געביטן. ...... צו מנחה־מעריב האט מען זיך אין געהײם צוזאמענגענומען
אין הויז־מנינים׳ און װידער איז געװארן טרויעריק אויף דער
נשמה. א פארשטערטער ױם־טוב געװען׳ שבועות 1916 אין
כמיעלניק. ...... דער כמיעלניקער מארק װאם איז גערוען װי א פארמאכטער
קאםטן, האט אויסגעזען שבת װי א פעםטונג מיט די דיקע
אײזערנע פרענטן און גרויסע שלעםער אויף די געשעפטן,
װאם זענען .אלע געװען ײדישע. די װאכנטעג זענען געװען
לאנגע און הארעפאשנע. שבת דאקעגן האט געהאט א באזונ־
דערן געשמאק. שוין זעקס א זײגער פרימארגן האט מען
געזען װי ײדן מיט ברײטע, צעקעמטע בערד און שװארצע
זײדענע און אטלאםענע קאפאטעם מיט שװארצע שטױול,
שפאנען רואיק און זיכער, צוזונגענדיק זיך א זמרל, אין
המשך פון פרײטיק־צונאכטדיקע זמירות׳ װער אין גרויםן בית
המדרש ארײן, װער אין שול און װער אין פארשידענע חסידים־
שטיבלעך, כדי ארײנצוכאפן א קאפיטל תהילים׳ א פרק
משנױת, למדנים — אויך א דף ױמי. דער תהילים־זאגער,
דער שליח ציבור אין גרויםן בית המדרש איז געװען עזרא
נאפארםטעק, א ברײטבײניקער ײד מיט א קײלעכדיקער
פלײצע און א שײנער זײדענער בארד. געהאט האט ער א
קלינגנדיקע שטימע. יעדעס װארט פון זײן תהילים זאגן׳ האט
הילכיק אפגעקלונגען צװישן די בית המדרש־װענט. ...... ניגונים און מארשן האבן זיך נישט בלויז געהערט בײ מאד־
זשיצער חסידים נאר אויך בײ אלע בעלי־מלאכות אין װאכן־
טעג בײ שער און אײזן. אויך א הילכיקער ״רחם נא״ פון
גרשון םיראטא אדער פון קוםעװיצקי׳ האט מען געקאגט
הערן פון די פענצטער• דער מאדזשיצער רבי ר׳ שאול טאוב
איז געװעזן אן אפטער גאםט אין שטאט, הא6 דא געפראװעט
שבתדיקע טישן מיט גרויס פאראד. אויך אגדערע חסידישע
רבײם האבן מיט גרוים פארגעניגן באזוכט במשך גאנצע
װאכן כמיעלניק, אנגענומען קװיטלעך׳ געשריבן קמיעות און
געגעבן ברכות. נשים צדקנױת האבן שעה׳ען געװארט, כדי
צו באקומען א ברכה פון רבי׳ן, אויך ײדן פון דער גאנצער
אומגעגנט פלעגן דאן קומען צום רבי׳ן קיץ כמיעלניק. ...... דאס פאך פלעגט איבערגײן בירושה פון עלטערן צו קינדער.
אויך אײדעמם װאם פלעגן קומען פון דער פרעמד און קײן
אנונג נישט געהאט װעגן פאך, זענען ארײנגעצויגן געװארן
אין דער פרנסה. אין שטעטל פלעגט מען זיך נאכדערצײלן פיל
מעשױת װעגן אײדעמס, װאם פלעגן קומען אין שטעטל און
די ערשטע צײט אפילו מורא האבן ארײנצוגײן צו די גענדז
אין שטײג. די כמיעלניקער טעכטער זענען אבער געװען
גרויסע ״בעריעם״ און ביםלעכװײז ארײנגעפירט די מענער
אין דעם פאך. ...איטשע מאיר דאמב האט געהערט צו די שענםטע באלעבא־
טים. ער האט געפירט א שטוב אויף א חםידיש־נגידישן אופן.
יעדן שבת פלעגט ער מיט .אלע קינדער קומען דאװענען אין
אלעקםאנדער שטיבל. זײן הדרת־פנימדיקער אויםזען מיט די
באגילדעטע בינאקלען, האט דערװעקט רעספעקט אויך בײ
די גױים פון שטעטל און אומגעגנט. ...... די ערשטע זארג בײ עלטערן אין כמיעלניק, גענוי װי אין
אלע אנדערע שטעטלעך אין פויל׳ן, איז געװען די פראגע פון
דערציאונג פאר קינדער. דער ״חדר״ איז געװען אלע יארן
די װיכטיקסטע דערציאונגס־אינםטיטוציע, אין װעלכן קינדער
פלעגן לערנען פון גאנץ פרי ביזן שפעטן אװנט, אזוי באלד
פון דער פריעםטער קינדהײט אן״ ...... כמיעלניקער ביר־טרינקער האבן שטארק געהאלטן פון
איזאק װײנשטײנם א גלאז ביר. דערפאר טאקע האבן די
״אלמנות״ (געבראטענע גענדז) בײ אים קײנמאל נישט ״דער־
לעבט״ קאלט צו װערן... ...... א דאקומענט . ױאם דערצײלט א סך װעגן לעבנס־שטײגער אין כמיעלניק - אמאל אמאל...נאך דער מלחמה איז יענדרעק געבליבן אין רוםלאנד, אין
דער שטאט םעװאסטאפאל. א קראנקער און צעבראכענער נאך
די שװערע איבערלעבענישן בשעת די מלחמה־יארן׳ האט ער
נישט געװאלט צוריקפארן קײן כמיעלניק זאגנדיק: ״צו
װעמען זאל איך דארט צוריקפארן, װען מײנע ײדישע ברידער
און חברים לעבן שוין נישט ?״... א םימפאטישע געשטאלט און אקטױוער טוער אין קולטו־
רעלן׳ פאליטישן און געזעלשאפטלעכן לעבן פון כמיעלניק
איז געװען — נחמיה םאמבורםקי. ...אנטײלגענומען אין דער רעװאלוציאנער באװעגונג קעגן
רוםישן צאר. אין 1905 פארשיקט געװארן קײן סיביר. צו־
ריקגעקומען פון דארט מיט אן אויםטאטואירטן צײכן אויפן
פנים. אינטענסױו טעטיק געװען אין כמיעלניקער געזעל־
שאפטלעכן לעבן. הי״ד. ...פון דעמאלט אן איז די ארבעט געגאנגען װי א מזמור. נישט
קוקנדיק דערויף װאס א לאנגע צײט דערנאך האבן זיך די
שנײדער־מײםטער נאך געבונטעװעט, גערופן פארזאמלוגגעל,
אויף װעלכע הארשל־גלין׳ שטראך און הארש־מענדל ״חכם״
קארנבלום זעגען געװען די ראשי המדברים. אײניקע פון די
שנײדער־מײםטערם האבן זיך געװאנדן צו מײנע עלטערן, די
זאלן משפיע זײן אויף מיר׳ כ׳זאל זיך אפזאגן פון מײן
טעטיקײט אין נאדל־פאראײן. אײנער פון זײ איז געװען ארן
שנײדער׳ װעלכער איז געװען אוגדזער שכן און מײן פאטערס
ע״ה א גוטער ידיד. זײ האבן געגלויבט, אז מיטן מאמענט
װען איך װעל זיך אפזאגן מיטצוארבעטן אין פאראײן׳ װעלן
זײ װײטער האבן פרײע הענט לגבי די ארבעטערם. זײ האבן
גישט געפילט די נײע צײט און די נײע לידער... װעלכע זענעז
געגוג שפעט׳ אבער אויך קײן כמיעלניק אנגעשטיגן. ...... די מצװה פון גמילת־חםד האבן כמיעלניקער ײדן מקײם
געװען בכל רמ״ח אברים. דער מנהג פון גמילת־חםד
איז געװען אײנגעװארצלט אין שטעטל. דער רוב
פון בעלי־מלאכה, קרעמערס און קלײנהענדלערם און ענ־
דיקנדיק מיט םוחרים׳ האבן זיך געהאלפן מיט די
גמילות־חםד־אינסטיטוציעם, װעלכע האבן פינאנםירט כמעט
אלע אונטערנעמונגען, נישט נעמענדיק קײן פראצענטער פון
די הלװאות. אזוי האבן זיך ײדן געהאלפן אין די פרנםות
װאס זענען לרוב געװעזן בדוחק. נישט נאר די אפיציעלע ליײ
קאסעם האבן אין דעם געהאט א גרויסן בײשטײער. אויך
צװישן זיך האבן כמיעלניקער ײדן זיך געהאלפן מיט קלײנע
הלואות, א ״גמילות־חסד״ פון האנט צו האנט, אויף קורצע
און לאנגע טערמינען, מער־רײכערע האבן געהאלפן װײניקער
רײכע. סוחרים און קרעמער צװישן זיך און האנטװערקער
האבן אײנער דעם אנדערן געהאלפן מיט א גמילת־חסד. די
תבואה־םוחרים װאס האבן געדארפט אײנקויפן די תבואות ...בײם באקומען דעם װאכיקן געהאלט האט זיך טוביה
איבערצײגט, אז זײנע באמיאונגען האבן נישט קײן שום װערט.
ער באקומט דעם זעלבן געהאלט װאם פריער אלס מורה־
הוראה און נישט ווי א רב. עס האט זיך אנגעהױבן א קריגעריי.
א גרויםער טײל חםידים און צװישן זײ דער קהילה־פרעזעם
האבן געהאלטן׳ אז אזא שטאט װי כמיעלניק דארף האבן א
גרעםערן למדן װי עס איז טוביה. זײ האבן פארגעלײגט דעם
ראקאװער רב, װעלכער האט די זעלבע רעכט אויף דעם כםא־
רבנות װי טוביה — װײל דעם ראקאװער רבס א זײדע איז
געווען רב אין כמיעלניק פאר טוביהס פאטער און צוליב
געװיסע םיבות האט ער געמוזט אפטרעטן דאם כסא־רבנות
פאר טוביהס פאטער. נאך דער פטירה פון טוביהס פאטער
איז דער ראקאװער רב נישט קײן קלענערער ױרש װי טוביד״
— האבן פיל געהאלטן. ...... ערשט חול המועד םוכות האט דאס שטעטל אנגעהויבן צו
קאכן, שמועסן און דיסקוטירן־ װער װעט בלײבן רב אין
כמיעלניק ?אויך גוטע חזנים האט כמיעלניק געהאט. דער שול־חזן, ר׳
יעקל קאפעלאװיטש װאם האט ימים נוראים געדאװנט מיט א
כאר פון משוררים, מיט װעלכן ער האט אײנשטודירט א ג.אנץ
יאר בײ זיך אין שטוב. ער פלעגט אויך ארויסטרעטן אין
שול בײ פײערלעכע תפילות צו די פוילישע נאציאנאלע יום־
טובים. דער געהאלט זײנער פון דער קהילה איז גישט געװעזן
קײן גרויסער, און דעריבער האט ער נאך געמוזט צוהאנדלען
מיט מאנופאקטור. דער צװײטער חזן, ר׳ משה יאקערכ
(זשמידעק) איז געװעזן דער חזן פון בית המדרש. זײן זײטיקע
פרנםה איז געװעזן מלומדות, כתובות און תנאים־שרײבן, און
צו דעם אלעם געהאט גאנץ קנאפ פרנםה.... די ױנגע חברים פון סגיף האבן דעמאלט געגרינדעט די
״התחיה״ צוזאמען מיטן הנוער הצױני•
די אלגעמײן־צױניםטישע באװעגונג אין פוילן איז דעמאלנ־,
כידוע, געװען צעטײלט אין צװײ מחנות : ראדיקאלן מיט יצחק
גרינבוים בראש, װעלכע האבן געגרינדעט די ״על המשמר״־
פארטײ און ״עת לבנות״, װאס איז אנגעפירט געװארן דורך
ד״ר יהושע גאטליב. די אלגעמײנע צױניסטן אין כמיעלניק
האבן געהערט צו גרינבוימם גרופירונג. ...װען דער ״מזרחי״־םניף האט זיך שוין געהאט גוט אײנ־
געבירגערט׳ זענען מיר צוגעטראטן צו שאפן דעם חדר מזרחי.
אײניקע חברים׳ ״צעירי מזרחי״, צװישן זײ? אברהם לעמ־
בערג׳ יחזקאל לעמבערג׳ מענדל ערנרײך׳ לײביש ערנרײך׳
משה קויפמאן׳ חײם װײצמאן׳ משה זאנשײן׳ אלימלך קוקיעל־
קע׳ זענען געװעזן די שאפער און בויער פון ערשטן רעלי־
גיעזן צױן־חנוך אין כמיעלניק. באלד דערנאך איז געגרינ־
דעט געװארן די ״יבנה״־שולע אין װעלכער מען האט געלערנט
תורה מיט װעלטלעכע לימודים לויטן נײםטן פעדאגאגישן
פראגראם מיט די בעסטע לערערס און לערערינס. די לערערס
זענען געבראכט געװארן פון ליטע׳ די בעסטע פעדאגאגן און
העברעאיש־קענער. אײנער פון זײ איז געװעזן דער גרויםער
מחנך ר׳ אברהם זוטא׳ א גרויםער משכיל׳ למדן און מטיף״
נפטר געװארן אין א״י. אין דער ״יבנה״־שולע זענען געװעזן
3 מחלקות׳ ײנגלעך און מײדלעך באזוגדער. די שולע איז
געװעזן די בעםטע פון שטאט. צו די בחינות םון תלמידים
זעגען געקומען רבנים פון מרכז אין װארשע. די ״יבנה*־
שולע האט געהאט א גוטן שם׳ אויך עלטערן װאם זעגען
געװעזן װײט פון מזרחי׳ האבן זײערע קינדער געשיקט אין
דער ״יבגה״־שולע. ...יעקב סילמאן האט פיל געלײסטעט פארן מזרחי אין כמיעלניק׳
ער פלעגט רעפערירן 2 מאל א װאך פאר די צעירים. פאר
״ברוריה״ האט פיל געלײסטעט יהודית סילמאן׳ די טאכטער
פון הרב יעקב, די טאכטער פון דוד מאפע און די טאבטער
פון עזרא שוחט. ...... אין יאר 1925 איז געקומען קײן כמיעלניק אליעזר גרשון
פרידענזאן, דער דעלעגירטער פירער פון ״אגודת ישראל״
און שעפער פון רעליגיעזן דערציאונגם־װעזן אין פוילן. אין
בית המדרש איז פארגעקומען דער פארטראג, װעלכער איז
טײלװײז געשטערט געװארן דורך צױניםטישע עסקנים• אין
זעלבן אװנט האבן זיך פארזאמלט מיטן אנטײל פון דעלעגאט
א גרופע םימפאטיקערס פון אגודת ישראל, צװישן זײ : אברהם
פיש, מענדל עמנואלס, ױסף דזשאלאװסקי, משה פאסטערנאק
דוד ױסף זילבערבערג און נאך אנדערע, און געשאפן דעם
ערשטן סניף פון .אגודת ישראל״ אין כמיעלניק. דאם איז
פארגעקומען אין דער װוינונג פון עמנואל פלוטשענניק, מיטן
אנטײל פון פיל חסידישע ױנגעלײט פון גערער הויך• ...די אומלעגאלע ארבעט פון ״השומר״ אין כמיעלניק האט
אנגעטראפן אויף שװעריקײטן און געפארן: עס האבן זיך
געפינען ײדישע פאליציאנטן׳ װאם האבן דערװיםט זיך װעגן
די אומלעגאלע אסיפות און געדראט די שומרים מיט אװעק־
שיקן זײ אין די לאגערן• ...נאך אנילעװיטשעם אװעקפארן איז געשיקט געװארן פון
װארשע די באװוסטע פארבינדלערין טאםיא אלטמאן אנצופירן
מיט דער ארגאניזאציאנעלער ארבעט פון ראדאמער גליל.
אויך װיגא־װישינםקי איז װײטער פון צײט צו צײט געקומען
קײן כמיעלניק. זומער 1942 האט דער כמיעלניקער השומר
באקומען א באפעל ארויסצופארן אין קיבוץ קײן טשענםטא־
כאװ. דער דאזיקער באפעל איז נישט אויםגעפירט געװארז׳
װײל גלײכצײטיק איז פארלוירן געװארן דער קאנטאקט מיט
װארשע צוליב דער אויסזידלוגגס־אקציע דארט. אין א צײט
ארום איז ווידער דערהאלטן געווארן א ידיער״ אז ם׳איז פאראן
א פלאן ארויסצונעמען פון כמיעלניק ױגנטלעכע אין װארשע־
װער געטא כדי אנטײלצוגעמען אין קאמף, װאס האט זיך ...... החילותי לארוז את חפצי וחיפשתי מונית כדי להםתלק.
מבוכה נשתררה על פני כולם עם הישמע בשורה זו. לאחר
מאמצים קשים מצאתי טקםי שהסיעגי לאותו מקום בו גרתי
בקרקוב. טרם הםפקתי להעמים על המוגית את הדברים
החױגײם לי, על מגת להמלט מקרקוב וכבר נשמע הדם של
פצצות מפציצים גרמנײם. הכנםתי מכל הבא ליד למונית
ונמלטנו, בדרכים צדדױת עקלקלות שעברו על פני זלושיץ,
פינצ׳וב — עד הגיענו לחמילגיק. ...... מיר האבן באשלאסן צוריקצוגײן קײן כמיעלניק, װו עס
האט זיך געשאפן א קלײן געטא. ...... פנקם כמיעלניק ...... עם איז פיר מינוטן פארן אנקומען פון דעם צוג׳ װאם גײט
קײן װארשע. איך האלט שוין די בילעטן אין האנט און
װארט נאר ארײנצוגײן אין צוג. פלוצלינג שטויסן זיך מײנע
אויגן אן מיט די אויגן פון א כמיעלניקער קריםטין. דאס את
די פרוי פון כמיעלניקער לערער פון דער פאלקס־שולע
קאנדערא׳ א טאכטער פון די פאװלאװסקים פון שידלעװער
װעג. זי האט מיך גוט געקענט, װײל זי האט בײ אונדז
געפלעגט קויפן. איך גײ שנעל מיטן קינד אין טואלעט. דארט
זיץ איך און װארט ביז איך װעל הערן דאם פײפן פון
לאקאמאטיװ. איך װיל ארוים פון טואלעט׳ ארײן צװישן עולם
אבער די אוביקאציע איז ארומגערינגלט מיט געסטאפא. מען
ארעםטירט אונדז. ...... מלך מענדראװםקיס ד קינדערלעך, באקאנט געװען אין כמיעלניק אלם ״זאץ־געװיכטלעך״. לײדער איז נאר אײגע פון זײ געגליבן בײם
לעבן, די ערשטע אויפן בילד — ריװע, געפינט זיך אין טרינידאה... ױסף קלײנערט — אין א באד-עלסעניש אין כמיעלניק גופא ...... אנהויב אקטאבער 1942, חול־המועד םוכות, עטלעכע טעג
פאר דער ערשטער אויסזידלונג זענען אראפגעקומען קײן
כמיעלניק דרײ מײםטערס פון די דײטשע אמוניציע־פאבריקן
אין סקארזשיסק : גלאוער, מעשנער און קראוזע. שוין א טאג
פאר זײער אנקומען איז ארויס א פארארדענונג .אז אלע פרויען
ביז 30 יאר און מענער ביז 50 יאר מוזן זיך צושטעלן צו א
קאמיםיע װעלכע װעט אײסקלױבן די פאםנדיקע מענטשן.
צו זײער אנקומען איז שוין געװען צוגעגרײט אין גרויסן
מארק דורך די ם.ס. און זשאנדארמעריע טישן מיט רשימות
און באאמטע צו פארשרײבן די פארזאמלטע װאם מען האט
אויםגעשטעלט אין רײען צו 3 מאן. קײנער האט נישט געװוםט
צו װאס פאר א צװעק דאס װערט געמאכט. די מײסטערם
האבן אויפן ארט אויםגעקליבן די געזונטע און ארבעטס־
פעאיקע מענער און פרויען און זײ אויסגעשטעלט אין ספע־
ציעלע רײען און די געבליבענע׳ שװאכע און נישט ארבעטם־
פעאיקע צוריק אהײמגעשיקט. ...... די ערשטע גרופע פון דער שארית־
הפליטה אין כמיעלניק יאר 1945. ...װו ער האט געארבעט און געלעבט. מיטן מלחמה־אויםברוך
אין 1939 האט ער פיל מיטגעמאכט אלם פוילישער ייד בעת
דער דײטשער אקופאציע אין בעלגיע. ער איז צוזאמען מיט
פיל ײדן דעפארטירט געװארן קײן אוישװיץ. אין אוישװיץ איז
ער געװעזן אײנער פון די ארגאניזאטארן פון דער אנטי־
נאצישער אונטערגרונט. מיט דער באפרײאונג פון פוילן איז
ער גלײך געקומען אין זײן געבורט־שטעטל כמיעלניק. אבער
קײגעם פון זײן משפחה נישט געטראפן. ...אט דאם איז דאס בילד פון הײגטיקן כמיעלניק. פון די
איבער 10 טויזנט נפשות פון פארן קריג׳ לעבן הײנט דארט
װײניקער װי 3000 נפשות׳ מערםטגטײל פון די דערפער
װאם האבן פארכאפט װוינונגען אין שטאט נאכן פארטרײבן... לא ביקשתי להעלות בכתב את כל אשר עבר עלי מאז
רצתי בחוף יפו, דליתי רק צרור זכרונות שיש בו למםור
בקוים כללײם על חלקם של החמילניקאים בהפרחת הארץ.
אין םפק כי קבוצת העולים השונות ובתוכם החמילניקאים
חוללו מפנה עצום בצױנות׳ בישוב ובעם כולו. נאמנים לעצמם
ראו את הגאולה והנצחון ביצירה, בפעולות ובמעשים. הם לא
בזו לקטנות; כי גם זוטות מצטרפות לחשבון גדול. אלה מבין
חברי החמילניקאים אשר נותרו בחײם בודאי זוכרים את בני
הרבנים חוצבים אבנים; סטודנטױת ענוגות ױשבות בצדי
דרכים וכבישים ומחצצות חצץ ; בחור ישיבה לשעבר הכותב
שירים בחשאי נוהג מפויח ומזיע קטר רכבת•... אין כמיעלניק האבן זיך אין א געװיםן שבת פארזאמלט אויף
די םקאלעם נעבן די זשרודלעם׳ נאך א מארש פון עטלעכע
קילאמעטער. אויף אט דער אםפה האט אונדזער ראש־הגדוד
ױדל פײנגאלד און זײן סגן אברהם פינטשעװםקי צו אונדז
גערעדט מיט באגײסטערונג װעגן ארץ־ישראל׳ אונדזער אלט
פאטערלאנד׳ װו עם װערט געבויט א נײ לעבן און א צוקונפט
פארן פאלק. נאכן אפזינגען ״תחזקנה״ און ״התקוה״ האט א
קלײנע גרופע׳ צװישן זײ : משה םאמבורסקי׳ חנוך אפעלבוים׳
הארש־אלי פעלמאן׳ מרדכי גערטנער און איך יזיך אפגעזונ־
דערט אויף א פארטרוילעכן שמועם. נאך א קורצער באראטונג
האבן מיר באשלאםן עולה צו זיץ קײן ארץ ישראל. מיר האבן
זיך געגעבן די הענט׳ אז טראץ אלע שטערונגען מצד אונדזערע
עלטערן און אנדערע שװעריקײטן מוזן מיר אונדזער ציל
פארװירקלעכן. חנוך אפלבוים האט דאמאלםט געדינט אין דער
פוילישער ארמײ. מיר האבן מיט אים באשטימט זיך צו טרעפן
אויף א געװיסן פונקט בײ דער גרענעץ.... שוין בײ די ערשטע כמיעלניקער עולים האט זיך געפילט
דער באדארף צו זײן צוזאמען, צו ארגאניזירן זיך און אנהאלטן
א פארבינדונג. שוין אין די צװאנציקער יארן זענען געװען
א גאנצע רײ כמיעלניקער גרופעס׳ װעלכע האבן געארבעט ...אין די יארן 1942—1943 איז אלס פרעזידענט אויםגעקליבן
געװארן ױםף ראזענבערג, װעלכער איז עטלעבע יאר פריער
געװען פראטאקאל־םעקרעטאר, ער אלײן איז געװען א געבוי־
רענער אין יװארשע בײ עלטערן װאם האבן געשטאמט פון
כמיעלניק און ער איז געװען הערשל מאיר שוסטערס אן
אײדעם, הױת װי אין די מלחמה־יארן זענען פיל קינדער פון
אונדזערע מיטגלידער געװען אין מיליטער־דינסט, איז געשאפן
געװארן א פאנד זײ צו שיקן פאקעטן. אדאגק די באמיאוגגען
פון ױםף ראזנבערג איז אויך פארגעקומען אין סעפטעמבער
1944 די פאראייניקונג פון דער סאסייטע מיט דער ״פאראײ־
ניקטע אמעריקאנער הילפס־ארגאניזאציע םאר כמיעלניקער״,
װאס האט זיך געגרינדעט מיט צען מאנאטן פריער, דעם 5־טן
דעצעמבער 1943.... ישראל קופפער האט אלײן געשטאמט פון קיעלץ׳ ער איז
געװען א כמיעלניקער אײדעם. בעת זײן קאדענץ האט די
סאסעיטע אײנגעארדנט א חסידים־באל, בעת אלע מיטגלידער
זענען געקומען איבערגעטאן אין חםידישע מלבושים. צוליבן
שלעכטן װעטער האט אבער די אונטערנעמויג געהאט אן
אדורכפאל. ...... אין דער גמילות חסדים־קאסע האבן זיך גענויטיקט די
נאר װאס ארײנגעקומענע כמיעלניקער אימיגראנטן, און נישט
װײניקער האבן גענאםן ײדן פון אנדערע שטעטלעך, יװעלכע
זענען אין צװישנצײט ארײנגעקומען אין לאנד. ...... אין יאר 1933 האט פרובירט פרײנט דײטעלבוים צו גרינדן
א כמיעלניקער אומפארטײאישע סאםיעטע. דער פרװו האט
זיך נישט אײנגעגעבן. די זעלביקע קרײזן האבן צוזאמען מיט
די קעלצער און אומגעגנט, זיך אנגעשלאםן אין דער צעג־
טראלע פון די פאטראנאטן. ...... דאס איז אין קורצן די געשיכטע פון דער כמיעלניקער
לאנדסמאנשאפט אין פאריז, װעלכע צײלט בײ א 50 משפחות,
װעלכע האלטן זיך צוזאמען, טרעפן זיך אויף שמחות און בײ ...... דאס בילד אויפן כמיעלניקער
בית־הקברות אין יאי 1929 בײ
דער מצבה פון אונזער פאטער
ר׳ שלמה ז״ל. ...... רשימה פון די קדושים און מר״ורים ...דער ערשטער מאדק, װאם האט זיך געשטעלט נאך די
שלאפקײטן, איז געװען א ברכה פאר כמיעלניק. די פוי־
ערים האבן ארײנגעבראכט פון אלעם גוטן־ פארשידענע
פרישע פרוכטן, טערקישע וױיצן, נײע קארטאפל, מערן, ריבן
און גאך און גאך א םך אנדערע פראדוקטן. דער עולם איז
געװען אויסגעהונגערט און אלץ האט זיך גוט אויספארקויפט.
די פויערים האבן אויך געהאט געלט אײנצוקויפן זאכן פון
שטאט. און אזוי האט זיך דאס בעל־הבתישקײט צוריק אײנ־
געשטעלט אין שטאט און דארף• ...אזוי האבן די כמיעלניקער װוילע ױנגען פון יענער צײט
אפגערעכנט זיך מיט די קלעזמארים פאר װעלן האלטן אן
אפמאך מיט דעם כמיעלניקער רב. ...געװען אץ שטאט א גרויםע צאל מלמדים װאם האבן
געקנעלט און דערצויגן צאן־קדושים פון שטאט און דארפם־
ײדן, פון און ארום כמיעלניק. זענען געװען צװישן זײ
ערלעכע אײגנארטיקע טיפן׳ אנהײבנדיק מיט די פאפולערע
אין שטאט דרײ ברידער יקיר, װאם דער עלטסטער, משה
אבעל מיט דער לאנגער געלער בארד האט געלערנט פץ
טראף ביז חומש; דער מיטלסטער ר׳ משה יקיר, דעד
מאדזשיצער חסיד, ״מיטן ארגל אין האלדז״, האט געלערנט
מיט קינדער פון חומש ביז גמרא, און דער דריטער ר׳
שמעון האט געלערנט שוין מיט דערװאקסענע ״כמעט זעלב־
שטענדיקע ׳ גמרא־לערנער, גבירישע קינדער װאם האבן זיך
געשניטן אויף לומדים, און ער האט זײ ארײגגעפירט אין
פרד״ם. (פשט, דרוש, רמז, םוד). ר׳ משה יקיר — געװען
א בארעדעװדיקער, מיט א פײנעם דינעם הומאר און לײכט־
װערטלעך, כמעט א שטיק טוביה דער... מלמד... ...אין די פאר יאר װאס דער פאטער מײנער איז געװען שוחט
אין פיערשניצע, זענען דורך זײן האנט אדורכגעגאנגען א
פאר ױנגע רבנים, זין פון ר׳ אברהם יצחק סילמאן, כמיעל־
ניקער רב, װי אויך דעם אמשינױוער רבין׳ם א זון. דער... מיט אמאל איז שטיל געװארן און דער סעקרעטאר פין
מאגיםטראט נעמט ארוים א לאנגן װײסן פאפיר און הײבט
אן צו לייענען: ״אין נאמען פון קײזער צאר ניקאלײ דער
צװײטער בין איך געקומען מעלדן, אז אלע ״אבױואטעלעס״
פון שטאט און דארף פון מיליטער־עלטער ביז פערציק יאר ...... צומארגנם האט דאם גאנצע שטעטל אױסגעזען װי א מלחמה־
פלאץ. אלע גאסן זענען פול מיט מיליטער. אין מיטן מארק
שטייט א גרויסע קיך און טיילט עםן די זעלנער. מיליטערלײט
ליגן אויסגעצויגן אויף די שטײנער אין מיטן גאס און אויף
די טראטוארן דערשעפטע און מידע אן כוחות. די ביקסן
שטײען אויסגעשטעלט צו דרײ אזוי גלײך׳ װי ױי װאלטן
לעבעדיקע װעזנס געװען. ...דערװײל האט זיך נאך קײנער נישט געריכט׳ אז דאס
גאנצע שטעטל איז שוין .ארומגערינגלט פון די רוסישע
קאזאקן. אין דער הויך פון דער שידלאװער גאם אויף ־י
םקאלעס׳ אין דער הויך פון דעם נײעם בית עולם׳ אויף דער
קעלצער זײט׳ זענען געװען אויםגעשטעלט רדםישע קאנאנען
און פון דער אנדערער זײט שטעטל׳ פון דער פינטשעװעי
און בוסקער זײט׳ זענען געשטאנען עסטרײכישע
קאנאנען׳ און פלוצלינג דערהערט זיך אזא אפהילך׳ אז פאר
שרעק זענען מענטשן צעמישט געװארן. מאמעס האבן געוױינט
און גערופן זײערע קינדער׳ קינדער האבן געװײנט און זיד
געטוליעט צו זײערע עלטערן. מאמעס האבן געטראגן זײערע
קלײנע קינדער און זײ געדריקט צו די הערצער׳ אז קײנער
זאל זײ׳ די קינדער נישט צונעמען ; די עלטערע שװעםטעי־
אין ברידער האבן געשלעפט די ײנגערע בײ די הענטלעך אין
די קעלערם ארײן.װען די רוסן זענען װידער צוריקגעקומען אין כמיעלניל׳
דאבן זײ זיך בעסער באצויגן צו די ײדן. דאס שטעטל האט
אנגעהויבן אביסעלע אויפצולעבן. די םאלדאטן האבן געקויפט... ר׳ אלי שלאכטשיץ
דער כמיעלניקער שדכן... סנקם כמיעלניק ...... דאם שטעטל עפנט פענצטער און טירן כדי נאכצוקוקן די
פורים־פארשטעלטע׳ אלע קינדערלעך פון שטעטל לויפן זײ
נאך מיט געפילדער און געשרײען : ״העי העי׳ המן א רוח
דיר... מרדכי צדיק רײט אויפן םערד, און דו המן הרשע ליגםט
אין דער ערד״... די קינדער טראגן טאצן מיט גאפל־לעפל׳
און קלאפן אין די טאצן׳ און גרעגערן מיט די גרויםע גרע־... די קינדער פון שטעטל האבן געטרויערט, געלאפן זוכן נטע־
לען צום גלחם װאםער, צװישן די קזשאקעס איבער די לאנ־
קעס, אבער קײנער האט אים נישט געקאנט געפינען אין ער־
געץ׳ װײל נטעלע האט געװאנדערט איבער װעלדער׳ פעל־
דער׳ ערגעץ איבער דערפער מיט א תהילים אין דער האנט׳
געלאפן זוכן די גשמה פון זײן טאטן• ...... הקלויז של חםידי קוצק בחמילגיק היה קײם בה עוד
מימות רבי מנדלי (תקמ״ח —תרי״ט), מיםד השושלת בקוצק,
שכל חײו הױ התמרדות נגד השיגרא, נגד המוסכם והמקובל,
נגד ההרגל והרגיל, נגד המובן והנוהג׳ וחםידױ התאמצו ללכת
בתלם של רבם הגדול. גם בקלויז חמילניק הױ הקוצקאים
מהדהדים רחשי־הגיגױ, ועדײן היתה מרחפת אוירה של מסתו־
רין, של רזין דרזין, של רמזים דקים מן הדקים, של צירוםי
רעױנות נועזים, עמוקים ונוקבים עד התהום.מיר האבן געגרינדעט אן אײגענעם בית תפילה (שטיבל)
צום דאװנען יעדן טאג און בפרט שבת און ױם־טוב. מיר
האבן געשריבן א םפר תורה אויפן נאמען ״מזרחי״ און מיט
גרוים פײערלעכקײט געפירט אין שיל ארײן. מיט דער
שמחה האט זיך מיטגעפרײט די גאנצע שטאט.בדרך לסטשוב עברנו את שידלוב, והײנו בטוחים שאיש
לא הרגיש בנו. אך ״עינײם לרחוב ואזנײם לכותל״. נתברר כי
״הרבי הגדול״, שמושבו היה באותה עײרונת, וחסידים ונאמנים
רבים — ביניהם גם אמי ז״ל — הױ לו גם בעײרותנו, הודיע
לאמי למחרת : ״שמענו כי בתך היתה בין העברײנים״. ...... זעקם טעג שפעטער, דינםטיק דעם 6־טן אקטאבער איז
פארגעקומען די אלגעמײנע אויםזידלונג פון דעם גאנצן
שטעטל. דאם איז געװען צומארגנם פון שמחת תורה. 5 אין
דער פרי האבן זיך פלוצים געהערט חיה׳שע געשרײען פון
געםטאפא און שװארצע אוקראאינער. ם׳האט זיך אנגעהויבן
א װילד געיעג מיט הינט, שטעקנם און קאלבעס. מ׳יאגט פון
די שטיבן. דאם שטעטל איז ארומגערינגלט מיט זשאנדאר־
מעריע. אלע דארפן זיך שטעלן אויפן גרויםן פלאץ בײם װעלדל
אויפן שידלעװער װעג. מענטשן לויפן וװהין די אויגן טראגן.
קינדער װערן געבאפט, צעביסן דורך די הינט, מענער פארלירן
זײערע פרויען, פרויען פארלירן זײערע קינדער. טײל ײדן
לויפן אויפן בית־עולם, אנגעטאן די קיטלען און טליתים, ...פלוצליגג דערמאן איך זיך אן אדרעם, װעלכן איך האב
דורך א צופאל באקומען. איך גײ צו צו א דאראזשקאזש און
הײס מיך פירן אויף שעננע. איך שטײג אויס און קום צו צום
טויער. עס איז שוין׳ װיחט זיך אויס, גאך אכט. דאס טויער
איז שוין געשלאםן. איך קלינג. דער ״דאזארצע״ פון הויז
קומט און פרעגט זיך צו װעמען איך װיל. צו מײן משפחה,
זאג איך אים — טאדעאוש סמאלינםקי. דאם איז געװען א
כמיעלניקער גוי. זײן פאטער פון דער ״מריצע״ האט געמאכט
טרומנעס. ער דערקעגט מיך גלײך און דערצײלט מיר, .אז
העניע זילבערבערג איז אויך געװען בײ אים און און ער האט
זי געהאלפן אריבערקומען אין טשענםטאכאװער ״האםאג״•
איך זאג אים גלײך : איך בין גרײט דיר גוט צו באלוינען׳
דו זאלםט מיך לאזן איבערנעבטיקן, ער איז מסכים. שפעטער
בעט איך אים, ער זאל מיר העלפן אויםזוכן א װוינונג. איך
װעל אים גוט דערפאר באצאלן. צומארגנס גײט ער נישט צו
דער ארבעט. ער פארנעמט זיך מיט זוכן פאר מיר א װוינונג.
ער װײםט גוט, אז בײ מײן װוינונג אויםזוכן װעט ער םאר־
דינען מער װי ס׳באטרעפט זײנס א חודשלעך געהאלט. איך
דרײ מיך ארום נערװעז, װארט אויף זיץ קומען. ענדלעך,
צװישן טאג און נאכט קומט ער. זײן פרוי גיט אים אפצועםן
און מיר קלויבן זיך אין װעג צו מײנע נײע באלעבאטים. דאם
איז — דערצײלט ער מיר — נישט װײמ םון דאנעט. דאס
הויז האט אמאל געהערט צום געטא. ענדלעך זענען מירפליטים ברויט און זופ פאר דער גאנצער גרופע. מיר האבן
באדארפט װארטן אויף דער רײ צו זעצן זיך אויף דער שיף.
געשלאפן זענען מיר אין גאם אויף די פעקלעך. עס זענען
געװען װארעמע טעג און נעכט. װען מיר זענען שוין דארמן
געװען 2—3 טעג זענען אנגעקומען אונדזערע כמיעלניקער
פרײנט. מיר האבן נאך געטראפן עטלעכע באקאנטע פון
אונדזער שטעטל. פיר במיעלניקער, דרײ מײדלעך און אײן
בחור, זײן נאמען איז געװען נחום נאזשיצע. די מײדלעכם
נעמען געדענק איך נישט. זײ האבן אויך געװוינט אין לאװ־
קאז אין א דארף נישט וױיט פון אונדז און פלעגן טײלמאל
אונדז באזוכן. פאר א ביםל טאבאק צום רויכערן האבן זיך
אונדזערע פרײנט ארײגכאקומען אין פארט ארײן• נאך
זיבן טעג װארטן, װען עם איז אנגעקומען א גרויםע שיף
אויםן נאמען קאגאנאװיטש, האבן זיך אונדזערע פרײנט גלײך
ארויפבאקומען. מענטשן האבן זיך געלאזט ארויף אויף דער
שיף מיט פעק און זעק. פארט־ארבעטער האבן געהאלפן
שלעפן פאר כאצאלט און מײנע כמיעלניקער זענען פאר־מיט איבער פיר צענטליק יארן צוריק איז געקומען א
כמיעלניקער פרוי קײן טאראנטא — איר נאמען איז רײזל
סטאר, די פרוי פון שמואל מאיר, װעלכער איז געקומען מיט
עטלעכע יאר פריער צוצוגרײטן דעם באדן אויפצונעמען די
פאמיליע אין דעםנײעם לאנד, קאנאדע. ...... אברהם פינצ׳בסקי / הצױנים החמילניקאים . . 479 ...עזב הרב את העיר
The passage calls it 'the city' after stating that many Hasidim came to Chmielnik; its referent is contextually but not explicitly identified.
דער רב פון שטעטל האט ארױסגעשיקט זײן שמש׳ דעם לאמען משה
Identified as the town rabbi's sexton; specific community affiliation is contextual.
אויפן שידלאװער װעג
The road is described as near the town, not as a location within it.
איז געװעזן אן אפטער גאםט אין שטאט
- context:
- frequent visitor
שבת נאך מיטאג האבן זיך געעפנט די פיל צױניםטישע און ארבעטער לאקאלן
The passage situates the venues in the town but does not name them individually.
נישט געװאלט צוריקפארן קײן כמיעלניק
The passage states he did not want to return, not that he migrated there.
- negated:
- true
- time:
- after the war
געווען רב אין כמיעלניק
The statement concerns the rabbi’s grandfather, not necessarily the named rabbi.
דער שול־חזן, ר׳ יעקל קאפעלאװיטש
- role:
- synagogue cantor
אין יאר 1925 איז געקומען קײן כמיעלניק
- year:
- 1925
- context:
- arrived in Chmielnik
דעם ערשטן סניף פון .אגודת ישראל״ אין כמיעלניק
- detail:
- first branch established there
אברהם ליס (װען זײ זענען געװען אין כמיעלניק)
- context:
- regular discussion circle; while in Chmielnik
מיט דער באפרײאונג פון פוילן איז ער גלײך געקומען אין זײן געבורט־שטעטל כמיעלניק
- context:
- after liberation
א גאנצע רײ כמיעלניקער גרופעס׳ װעלכע האבן געארבעט צוזאמען און זיך קעגנזײטיק געהאלפן אין די שװערע צײטן פון ארבעטסלאזיקײט
חלוצים פון כמיעלניק האבן געארבעט אין שטאט און דארף און זיך באטײליקט אין אלע אויפגאבן פון ישוב — אין ״הגנה״
- participants:
- Chmielnik pioneers
אין יאר 1933 האט פרובירט פרײנט דײטעלבוים צו גרינדן
- activity:
- attempted to establish a nonpartisan society
- year:
- 1933
- outcome:
- unsuccessful
הקלויז של חםידי קוצק בחמילגיק
The place-name is OCR-corrupted.
Austrian forces withdrew, alarming the Jewish residents.
Jews gathered outdoors for communal prayer after public meeting places were closed.
The rabbi was brought for burial late; his three surviving sons recited Kaddish.
The Yavne School was established after Chadar Mizrachi.
Agudat Israel delegate Eliezer Gershon Friedenson came to Chmielnik in 1925.
The local Beit Yaakov school was formed after Sarah Schenirer held a meeting in Chmielnik. The passage does not date the school’s formation to 1926–1927.
After war began, Feingold escaped Krakow via Zoloshitz and Pińczów to Chmielnik.
Caption identifies the first group of survivors in Chmielnik in 1945; it does not describe a liberation event.
After Poland's liberation, Alter Grinboim returned to his birthplace, Chmielnik.
A small group resolved to immigrate to the Land of Israel, pledging to overcome obstacles and arranging to meet at a point near the border. The cited passage does not establish the year 1920.
The magistrate announced that men of military age must report at the depot the following Friday.
Abraham Isaac Silman was chosen as rabbi in Chmielnik about eighty years earlier.
Approximately 1,200 people were sent to Skarżysko for ammunition-factory labor; many later died of hunger.
About 11,000 people were assembled, robbed, driven to Khentshin, and transported to Treblinka.