Kehilot/Chmielnik
Library
Event · war

Russo-Japanese War

רוםיש־יאפאנישער קריג

War that broke out in 1902, according to the account.

Page scan 99HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
3
Primary source passage
Source OCR · scan 99
Open exact passage
אין דעם יאר 1899, װען איך האב אנגעהויבן זיך צו לערנען די מלאכה, איז פםח געװען פארװארפן מיט ארבעט. װען פסח איז אײעק קײן װארשע, בין איך געבליבן דער פאראנטװארט־ לעכער פאר דער גאנצער פאבריק, כ׳האב אנגענומען צו פארריכטן פלימפן, געמאכט פארשידענע מכשירים פאר גאר־ בערס און אנדערע ארבעטן — אזוי אז מײן באלעבאסטע טעמערל האט באקומען עטלעכע רובל יעדע װאך פון מײן ארבעט. זי האט טאקע געשריבן צו פסחן אז ער זאל איר נישט שיקן קײן געלט ״װײל משה־לײזער פארדיגט יעדע װאך א פאר רובעל, אז עס איז גענוג פאר אלעמען... דערפאר קענסט אים קויפן עפעם א מלבוש, װען דו װעםט אהײמקומען...״ אין יאר 1902 זײענדיק אין קיעלץ דאם ערשטע יאר נאך מײן באפרײאונג אלם לערן־ײנגל, איז אויסגעבראכן דער רוםיש־יאפאנישער קריג. קיעלץ האט געהאט א גרויםע ארבעטער־פארטײ, די פ.פ.ס., פוילישע סאציאליםטן. די ארבע־ טער אין כמיעלניק האבן נאך געארבעט א שקלאפן־ארבעט, פון פארטאגס ביז שפעט אין דער נאכט און אויך שבת־צו־ נאכט ביז פארטאגס. קיעלץ האט ארגאניזירט אלע ארומיקע שטעטלעך, איז אויף מיר געפאלן דער גורל, צו ארגאניזירן א קאמף פאר אפשאפן די ארבעט פון שבת־צו־נאכט אין כמיעלניק.
Source passage 2
Source OCR · scan 113
Open exact passage
בשעהן אויםברוך פון רוםיש־יאפאנישן קריג האט די צארישע מאכט פראקלאמירט א מאביליזאציע. אויך אין כמיעלניק זענען דורכגעפירט געװארן אבלאװעם׳ און מען האט מיט כוח אװעקגעפירט אין דער ארמײ ײדן װאם האבן זיך אויםבאהאלטן פון קריג. באלעבאטישע ױנגעלײט האבן מיט ...
Source passage 3
Source OCR · scan 200 · printed page 391
Open exact passage
... די משוגענע לאנע איז געװען אמאל א רײכע שײגע פרוי׳ מיט טונקעלע מאנדל־אויגן, פעך־שװארצע האר, און א פעסטע הויכלעכע פיגור. זי האט זיך פארליבט אין א ײדיש־רוםישן דאקטאר, װעלכער האט באזוכט דאס שטעטל מיט דער רוםי־ שער ארמײ זי האט געהאט מיט אים א הערלעך שײן קינד. אבער אין דער צײט פון דער רוםיש־יאפאנישער מלחמה האט ער געמוזט אװעק פון שטעטל מיט דער רוסישער ארמײ אויפן פראגט. נאכן אפװארטן לאנג, לאנג אויף איר געליבטן מאן האט זי פלוצליגג דערהאלטן א ידיעה אז ער איז דערהרגעט געװארן ערגעץ אין רוםלאנד. פון דעמאלט אן איז די שײנע לאהלע משוגע געװארן, געריסן זיך בײ די האר און גערופן זיך ״לאנע״, פארװארלאזט איר שײן קינד, ביז ם׳איז געשטארבן. זיגט איר קיגד איז געשטארבן האט זי כסדר נאכגעיאגט פרעמדע קינדער און פאר זײ געזונגען לידער און דערצײלט
Connected nodes